לשון הניק "שויתי"
און דע זעלבע זאג איך צו עבד עברי מיטען לויזען צונג און שלשול אויפען פעדער, איך בין מוחה נמרצות אויף דיין נאכאנאנדיגע בזיון ת"ח, וואס דו רייסט אראפ און ביסט מבזה דיינים ורבני ישראל וואס האבען די "חוצפה" צו האלטען אנדערש ווי דיך, היידפארק שרייבערעל "עבד עברי"
תשובה
קודם כל בין איך דיר מודיע אז אדרבה מיין פעדער האט גאר עצירות. ווייל ווען איך זאל מעגען ארויסשרייבען אפילו א פערטל וואס מען דארף וואלט איך חאטשיג געקענט משתיק זיין די מקטריגים און עס וואלט אפשר געווען יסכר פי דוברי שקר.
און נאכדעם כל . האב איך שוין א פאר מאל געשריבען אז אפילו ער וואלט געווען א אדמו"ר וואס ביי א סאך מענטשען וואלט ער אפילו באקרוינט געעוארן מיט הגה"ק. און ער וואלט געהייסען מבזה זיין יודען אדער ח"ו נאכשרייען. האט ער נישט קיין שום רעכט סיי בדיני תורה און סיי בדיני דמלכותא. און דער וואס וואלט עהם געפאלגט און נאכגעשריגען יודישע קינדער דער וואלט געווען א עבריין א רשע א שייגעץ. .
חוץ מזה ידידי מיין קאלעגע שויתי. האסט דאך זיכער אמאל געלערנט אביי ורבא. אפשר היינט האסטו נישט קיין צייט צו הארעווען און עוסק זיין בהוויות דאביי ורבא. דו שרייבסט דאך אז דו דארפסט ארבעטין צו ברענגען פרנסה אין שטוב.
דו ווייסט דאך טייערער אז דער היילגער רבי מרדכעלע נאדווערנער זי"ע פלעגט זאגען "אביי ורבא איז מקדש ומטהר" . נו! אז דו וואלסט געהארעוועט אין אביי ורבא אדער טאמער וואלט אויך דער רב געהארעועט אין דעם.. וואלטן עהם אביי ורבא עפעס אויסגעלערנט. אויסגעאיידעלט.
דער הייליגער דברי חיים זאגט "אביי ורבא" איז געווען צוויי שטיקער פייער פון הימעל איינס האט געהייסען אביי און דאס אנדערע רבא. די הייליגע גמרא רופט אהן די אנשי מחוזא "אבירי לב" שטארקע הערצער ווייל די הייליגע ווערטער פון אביי ורבא מאכט זיי ניישט ווייעך.
אבער פון דעם וואס דו האסט אמאל געלערנט ווייסטו דאך די הייליגע גמרא. "מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת" בעסער צו זיין ענדערש א היידפארק שרייבערעל נ כל ימיו . וויא ענדערש מכשיל זיין טויזענטער יודען מיט נו"ט שקצים ורמשים. אפילו שעה אחת.
וואס טוסטו דיך אויף מיט עהם.. שעם דיך חאטשיג מיט עהם . ער איז דאך ממילא נישט דיין רב אזוי שרייבסטו דאך... "תיתי לי דאפילו לגברא דכוותי לא מחניפנא" (מו"ק י"ז) .
פאלג מיך טייערער . לאז דיך אפ און זיי עוסק אביסעל אין די הייליגע ליכטיגע גמרא אפילו אהן תוספות.
אז עס וועט דיר עפעס שווער זיין. חאטשיג לכתחילה גלייך איך נישט צו שרייבען דא אין היידפארק אפילו באישי. הלכות. אדער אפילו א פשט אין א שווערען מהרש"א אדער א מג"א אדער א פמ"ג. . אבער לכבודך וועל איך דיר ענטפערען באישי אויף סיי וואס. אפילו אויף א קצות וועל איך דיר אויך גלייך ענטפערען לכבודך. חאטש איך בין א געווייקטער חסיד איך גלייך נישט דעם ליטווישען דרך הלימוד.
היינט איז דאך נאך אביסעל פורימדיג. דו ווייסט דאך אז איינמאל אין א פורים האט זיך א געמאכטער צו א אמתדיגער שיכור זיך אמאל פורים ארויפגעזעצט אויבן אהן לעבן רבין זי"ע. און פורים ווען עס איז געווען ביים רבין זי"ע כטוב לב המלך ביין. האט ער זיך אנגערופן צו דעם יוד " ווען דו וואלסט אויך אויף געווען פערציג יאר יעדע נאכט און געהארעעוועט בתורה . וואלסטו אויך געהאט רשות זיך ארויפצוזעצען" (נאר פורים האט מען געקענט הערן פון רבין זי"ע אזאלכע מין דיבורים.
און איך קום מיך ח"ו נישט צוגלייכען. איך מאך דיר נאר א ווערטל . אז טאמער דו ווילסט אמתדיג לערנען און פארשטיין טיפע עניינים איז כדאמרן לעיל.
גלייב מיר איך וואלט אויך נישט געשריבען דא איך האב ווייניגער צייט וויא דו!. נאר איך מוז אויסלערנען די יונגעלייט און מענטשען וואס לייענען דא אדער שרייבען דא. די מיאוסקייט און געמיינהייט פון די רשעים וואס האבען פארקרומט די תורה און זענען מבזה שכינת עוזנו און תורתינו הקדושה והטהורה החביבה עלינו כבבת נפשינו. יעדער זאל ווייזען פאר זיינע קינדער אל תהי כפלוני . זיי נישט וויא דער שייגעץ פושעי ישראל. . והוקע אותם נגד השמש וישוב חרון אף השם מישראל.
כשיש דין למטה אין דין למעלה.
און נכנס יין יצא סוד . דער היתר צו מסרן די רשעים חוץ דעם וואס עס איז הלכה אין שו"ע אין דאס דא בכתב פון דעם רב עושה העירוב בבארא פארק וואס איז מנעוריו א ת"ח עצום ונורא ויר"ש באמת. מיט די הסכמה דערויף פון בעל שבט הלוי בחתימתו. און פון איינעם אחד המיוחד מדייני ביד"צ העדה החרדית בעיה"ק ירושלים תובב"א.
_________________