די דרשה איז אמת ויציב (איך האב א טעיפ דערפון).
עס איז געזאגט געווארן א קנאפע יאר בעפאר עמיצער - חוץ די טעכטער - האבן בכלל געקלערט פון א מציאות אז רבי ישראל'טשע וועט טרעפן דעם וועג צוריק קיין וויזשניץ.
שוין אין יענער תקופה האט זיך אנגעזען א שטילער אבער שארפער התנגדות צו די אייזערנע פויסט מיט וועלכע רבי מענדעלע האט געפירט דאס חסידות. נישט אומזינסט איז מעגליך געווען פאר רבי ישראל'טשע איבערצונעמען דריי פערטל פון די חסידות, טראץ וואס ביז דאן איז ער געווען ממש מוחרם ומנודה.
דער הויכפונקט פון די דרשה איז געווען (נישט ווי עס זעט אויס אויפן פאפיר) דער "עס וועט אי"ה זיין הקהה את שיניו". באלד נאך די דרשה האט זיך באמת אנגעהויבן א "הקהה את שיניו" קאמפיין אויפן העכסטן גראד, וואס האט זיך אפגעשטעלט נאר נאך וואס רבי מענדעלע האט געטראפן פאליציי ביי זיין טיר וועלכע האבן אים געווארנט אז דער קאמפיין מוז זיך אפשטעלן, און אויב נישט וועט דער 'הקהה את שיניו' זיך טרעפן אין פארקערטן ריכטונג...
בלויז א יאר, אדער ווייניגער, איז געקומען די נישט אזוי באקאנטע "דער טאטע איז געפאנגען" דרשה (איך האב דעם טעיפ אויך), וואס האט אים געקאסט א חודש צייט סידור קידושין, און כמעט ווי פארזיגלט די היסטארישע איבערגאנג/צוריקקער פון רבי ישראל'טשע, וואס לויט רוב מקורות האט ער היינט אונטער זיך נאנט צו 80% פון די חסידים אין ארץ ישראל.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
 |
|
|