| נשלח ב-2/3/2007 01:06 |
|
| |
גנב שלום לאנדא אויסגעשמירט אין דער איד.
דער גנב שלום לאנדא איז אויסגעשצייגעט געווארן אין דער איד, כדבעי למיהווי.
איך שרייב ינשט וואס.
קויפט וועט איר אלעס וויסן.
באצאלט א דאלאר א קוואדער, פאר'ן בעסטן חרד'ישען צייטונג וועט איר אלעס וויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 16:40 |
|
| |
"דער איד"עלע בעט זיך נעבעך מען זאל אויסגעבן א דאלאר און א קוואדער
פאר דעם אויסגעוועפטן צייטונג "דער איד",
אידעלע דער ציבור איז נישט אינטרעסירט אין ענקער צייטונג,
נישט פאר א דאלאר און א קוואדער, און אפילו נישט אומזיסט,
דער ציבור גיט ענדערשט אויס א דאלאר און א האלב פאר א נורמאלע צייטונג,
אין מיין סופערמארקעט ווי איך קויף איין, זאגט מיר דער בעל הבית
אז ער נעמט אריין 4 מאל אזויפיל דער בלאט ווי דער איד
און עס בלייבט אים איבער מער ווי העלפט דער איד,
יא, באשמיץ יעדן, און דערנאך בעט דיך מען זאל דאס קויפן,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 17:40 |
|
| |
WOW וואס זאגט איר צו די נייע מארקטינג סטראטעגיע פון דער איד ?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/3/2007 20:04 |
|
| |
רעדאקטאר, עס איז נישט קיין נייע סטראטעגיע,
געדענקסט נאך דעם פנים חדשות פון שאולזאהן,
דאס איז געווען זיין סטראטעגיע, (אדער אסטראטעגיע ווי ער פלעגט דאס רופן).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 18:45 |
|
| |
און וואס זאגט איר צום נייעם דיין פון די ארונים... הצדיק הקדוש רבי שלום ברי"ד לאנדא?
פארזעצונג קומט אי"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 20:09 |
|
| |
ס'איז נישט קיין פורים וויץ
דער שיכור שלום לאנדא האט זיך דערקלערט אלץ דיין.
די ארונים האבן שוין 13נייע דיינים'לעך פאר דעם הולך בערכאות...
איך האב געזאגט פאר אן ארוני דעם פורים, אז דאס איז די אממערסטן צוגעפאסטער שאס וואס די ארונים האבן דערלאנגט פאר סאטמאר... און מיר פלאנירן זיי נישט נאכצוטאן אי"ה.
מיר האבן אונזער הייליגע בית דין פון זקני תלמידי חכמים, און זיי האבן א א שטאב מיט ליצים און מנוולים אלס מורי הוראה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 21:49 |
|
| |
הייליגער בי''ד חצוף פון זקנים אשר ישבו פעם בישיבה אשר זקנותם מביישת את ילדותם .
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 22:11 |
|
| |
פארשטייסט איזראעלי.
אויב מ'רעדט אויף א יונגערמאן א שטריק, וואס האט דערלקערט אלס דיין.
דערוואגסטו צו עפענען דאס מויל אויף גדולי ישראל, וואס פסק'ן שוין איסורי כריתות פאר עטליכע דורות.
שיין דערלעבט !
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 22:13 |
|
| |
אט דאס זעלביגע האט פאסירט אין יארע 1970 ווען עס איז באקאנט געווארן אז רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן גייט ווערן דיין אין סאטמאר. די סאטמארער קהלה האט דאן געשטורעמט. מען האט פארפירט אז בכן רבי ישראל חיים מנשה האט לאנגע יארן געארבעט אינעם פאסט אפיס און ער האט געארבעט אין די "" אפטיילונג וואו די מאגאזינען זענען געווען עובר לסוחר.עס האט געטומעלט ביז דער ציבור האט זיך בארואיגט. על כן מה שאירע לרבי ישראל חיים מנשה יארע לשלום לאנדא.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 0:49:41
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 22:25 |
|
| |
שור..
איין חילוק:
אין יארע 1970 האט אים ממנה געווען רביה"ק והטהור בעל ויואל משה מיט זיינע הייליגע אויגן.
און אין יארע 2007 איז א שוי שפילער ממנה א צווייטן שוי שפילער.
ענבי הראזשינקע בענבי הראזשינקע... 13 ארוינימלעך דיינים, כמספר שלוש עשרא מדיא.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 23:03 |
|
| |
אידעלע , עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז איינער מיט הייליגע אויגען האט ממנה געווען איינעם מיט "" אויגען. נישט דער הייליגער בעל דברי יואל האט אים ממנה געווען. די צדיקת פייגעלע עליה השלום האט אים ממנה געווען צוליב וועלן זיכער מאכן אז נישט דער ברך משה זאל דער צווייטער תורה אויטאריטעט אין סאטמאר. זאג נאר אידעלע איז פארהאן איין תשובה להלכה וואס מען זאגט נאך בשמו פון רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן אין די לעצטע 37 יאר זינט יארע 1970. דו וועסט דיך איבערצייגען אז מען וועט פריער נאך זאגען פסקים און הלכות אין נאמען פונעם נייעם דיין רבי שלום שליטא.
_________________
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 0:46:35
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 00:33 |
|
| |
און ווען דער הייליגטום רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן האט געשיקט "אלע" שווערע שאלות צו הגאון הגדול רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א
דאך וויבאלד ר' פישל האט מתיר געווען דעם עירוב איז ער געווארן, דאס ערגסטע וואס איז, הערשט דעמאלטס איז ער געווארן קלויזענבורגע דיין, ביז דעמאלטס איז ער נישט געווען, הערשט דעמאלטס איז זיין הוראה אונטער א פראגע צייכן, ביז דעמאלטס נישט
איז אויב אויך אויף צוריק צו-וועגס לויט אונזער אידעלע איז די הוראות פון הגאון הגדול ר' פישל בטל, דאן זענען ממילא די וויליאמסבורגע אידן, סייוואו אין א הייסן זופ
א
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 06/03/2007 0:51:46
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 00:49 |
|
| |
איין חילוק איז יא דא פון ר' פישל שליט"א און די הייליגקייט פון מוסדות רמ"א
אז דער הייליגקייט פון מוסדות רמא האט געהאט די זכי' צו ברעכן נאך א רינגעלע אין די קייט פון די היסטארישע פעולות וואס די זאלי פארטיי האט מזכה געווען אונזער דור
אז די איסור אויף בני יואל, און די היתר אויפן סקול דיסטריקט, וואס לויט איין זייט [דעת בעל מנחת יצחק, ובית דינו ועוד] איז בני יואל אסור, און סקול דיסטריקט א מצוה, און פון די צווייטע זייט, [קאשוי, מאנטיווידעא, וויזשניץ ועוד] איז בני יואל א מצוה, און סקול דיסטריקט אסור בתכלית
נו, ווען איינער וויל טוישן א מיינונג איבער אזא שאלה, אדער ביידע גאר, [מיר רעדן שוין נישט פון דעם אין בי"ד יכולין לבטל... אלא אן כן גדול... בחכמה...] נאר וויאזוי מען טוט דאס, מען שרייבט אן המלצה בריוו פאר חמלה ואמונה, וואס אגב, עקסזעסטירט עס אויף פאפיר נישט מער, [אין זייערע פראפעגאנדע שרייבן זיי אז זיי האבן א פאנטאסטישע בודזשעט פון 100,000 א יאר, מען קען פרעגן יעדער אין חינוך מיוחד, וואס דער מספר מיינט, אפשר איין מענטש פאר צוויי קינדער] שרייבט דער צאדיק בדרך אגב, אז היות די פאקטן האבן זיך געטוישט, [מן הסתם די רבנות אין קרית יואל] און אויך איבער די סקול דיסטריקט [אז מען קען אן דעם [איי בני יואל איז אין קאורט, אז די סקול דיסטריקט גיט זיי נישט "גענוג"] ממילא איז למפרע אלע אויסגעדרייט, אז בני יואל איז מותר, און סקול דיסטריקט אסור
די צוגאנג פון דעם דאס הייסט ווען און וויאזוי מען שרייבט אין אזעלעכע שאלות, בפרט דעם תוכן ווייזט אויף דעם הייליגטום וואס ער איז
און איך האלט נישט אז מיר דארפן עפעס מוסיף זיין
חוץ דאנקן דעם באשעפער, אז ער האט מקיים געווען פאר אונזער הייליגן רבי זצ"ל [בעל ברך משה] דעם א"מ נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 01:59 |
|
| |
רבי ישראל חיים מנשה טענה'ט היינט אז זיין היתר אויפן סקול דיסטריקט בשעתו איז געווען צוליב זארג אז מען וועט אים צונעמען זיין געהאלט פון קהל,50 טויזנט דאלער א יאר. דאס הייסט אזוי, אז צוליב 50 טויזנט דאלער יערליך האט ער מתיר געווען עבודה זרה,און פון הנהלת המוסד שערי חמלה איז צו ערווארטן אז זיי זאלן מוותר זיין אויף די נאנט צו 30 מיליאן וואס פליסט אריין יערליך. ילמדינו דיינו,וועלכער נסיון איז גרעסער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 16:59 |
|
| |
היינט ממחרת שושן פורים אינדערפרי האב איך געזעהן ווי עטליכע אידן האבן געפרעגט שאלות ביים דיין רבי שלום, און ער האט יעדן געענטפערט בטוב טעם ודעת.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 17:46 |
|
| |
ר' אידעלע !
פלוצלינג נעמסט דיך אהן פאר א אייגען ג'עקרוינט'ע בי''ד וואס ווער ווייסט צו זיי האבן געהאט אפי' איין מושב בי''ד איך ווייס נישט צו זיי קענען זיך בכלל פנים אל פנים מן הסתם נאר שריפטליך ווען מען הייסט זיי אונטער שרייבן, וואס זייער איינציגער מעלה איז אז זיי געהערן צו די קאאליציא פון שונאי כ''ק רבינו שליט''א און לעומת זאת ר' שלו'ם לאנדא'ס חטא איז אז ער געהערט נישט צו די קליקע, און דאס שוידערט דיך נישט אויף אז עד היום אחר מטתו של כ''ק רבנו בעל ''ברך משה'' זצוקלה''ה איז מען אים משפיל עד עפר ובראשם דער ''בן יקיר בנו חביבו'' וואס חבר'ט זיך מיט אלע שונאים פון זיין טאט'ן .
|
|
|
|
|