| נשלח ב-5/3/2007 06:23 |
|
| |
הערליכע פורים טעג בצלא דמהימנותא אין סאטמאר
דער ערשטער פורים ביי כ"ק רבינו שליט"א איז געווען א מוראדיגער סוקסעס.
דער ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג איז געווען געשטאפט ביי קריאת מגילה די ערשטע נאכט פורים, אז מען האט נישט געקענט אריינשטופן קיין נאדל, בשעת ביים סיגעטער זענען געווען נישט מער ווי 200 מענטשן אריינגערעכנט בחורים - א שרעקליכער פלאפ.
די צווייטע נאכט האט דער רבי שליט"א געפירט אין קרית יואל, וואו ס'איז געווען א מעגא ציבור. דער רבי שליט"א איז געווען בבחינת נכנס יין יצא סוד, ער האט געזאגט הערליכע תורות און חידושים, ממש מורא'דיג, וואס מען זעט נישט א גאנץ יאר ביי אים. די שמחה און התעוררות איז געווען אין לשער.
דאס שרייב איך מוצאי פורים, ווער ס'קען שרייבן מער דיטעילס זאל ביטע שרייבן. איך וועל שרייבן מער ווען כ'וועל האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 18:24 |
|
| |
אין וויליאמסבורג בין איך נישט געווען, סאו קען איך נישט זאגן וויאזוי סאיז געווען דארט, אבער דא אין קרית יואל איז געווען עפעס אויסטערליש, איך האב פלעין נישט די ווערטער און עקספרעשאנס דערפאר. בלי שום גוזמא.
די משתה היין טיש איז אלעמאל געווען פון די שענסטע טישן איבערן יאר, אבער היי יאר איז עס געווען עפעס ספעציעל. די תורות, דאס טאנצן, די געוואלדיגע כוחות וואס די רבי שליט"א האט אריינגעלייגט.
אפאר מאל האט זיך די רבי אויפגעשטעלט טאנצן, דריי מאל האט ער געטאנצן אליינס אהין און צוריק, און טאקע מיט אלע כוחות. ואף המברכים ענו כנגדו, דער עולם האט מיטגעטאנצן מיט א געוואלדיגע התלהבות. די טאנצערס אויף די ברענטשעס האבן זיך געהאלטן אין איין טוישן, יעדע האלבע שעה איז געווען א פרישע שיפמענט נאך וואס די ערשטע זענען שוין געווען אפגעמוטשעט, נאר די רבי איז געבליבן אויף זיין פלאץ פריש און מונטער.
ווער רעדט פון די מוראדיגע תורות, די רבי האט געזאגט א הערליכע בחינה אויף די חייב אינש לבסומי בפוריא, אויך האט ער אזויווי אלע יארן מוראדיג שיין אריינגעטייטשט אין די מגילה ווי מרדכי הצדיק פועלט אויס אלעס גוטס פאר אידישע קינדער. לדוגמא, ער האט איבערגעזאגט וואס ער האט געזאגט אין וויליאמסבורג אויף "ויפקד המלך פקידים בכל מדינות מלכותו", לויט ווי די ייטב לב טייטשט וואס די מדרש זאגט ביי שרה אז "הרבה עקרות נפקדו עמה", אז לכאורה וואס איז די גרויסע גליק אז סזענען געבוירן געווארן נאך אפאר גויים אויף דער וועלט? האט די ייטב לב געטייטשט אז באמת מיינט עס נישט דעמאלטס, נאר אין די שפעטערדיגע יארן ביי אידישע קינדער וועלן אסאך עקרות געהאלפן ווערן אין זכות פון שרה אמינו. האט דער רבי געזאגט אז דאס מיינט "ויפקד המלך פקידים", אין די זעלבע בחינה ווי "הרבה עקרות נפקדו עמה".
בכלל א גאנצע צייט האט די רבי גערעדט מלא התרגשות פון דעם גרויסן כח פון פורים און די מגילה.
אויך האט מען געהאט די זכי' אז הגה"צ המפורסם דער באקאנטער פועל ישועות רבי שמואל בנימין קרויס האט זיך באטייליגט ביי א גרויסן חלק פונעם טיש, און סהאט זיך אנגעזען אויף אים זיין גרויסע התרגשות ווען ער האט די גאנצע צייט מיטגעקאכט און מיטגעהאלטן אלעס. ווען די רבי האט גערייכערט די ציגאר האט ער נאכדעם הערליך אויסגעשמועסט דעם קדושת לוי אז די עיקר נס פון פורים איז אז אלעס זעט אויס בדרך הטבע אבער באמת איז עס גרויסע ניסים, און אפילו ווען א איד ווערט קראנק און דערנאך ווערט ער געזונט איז עס אויך נישט בדרך הטבע נאר אלעס איז ניסים באהאלטן אין די טבע, נאכדעם האט די רבי פארציילט די מעשה פון דברי חיים אז גערייכערט פלייש האלט לאנג און האט אים אהינגעגעבן די ציגאר.
די טיש האט געדויערט זעקס שעה, פון 5:30 ביז 11:30, און די גאנצע טיש בקיצור איז איין ווארט: דערהויבן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 20:08 |
|
| |
איך בין אויך פון די מענטשען וואס זענען בטעות אריינגעפאלען פאר א מינוט אין ביהמ"ד צו ניצען די ביה"כ, ס'איז געווען בערך 5:45-6:00 איך האב מיך נישט געזעהן אין בעט פאר 11:30 , מיט א קליינע הפסקה אינדערמיט אהיימצוטראגען די משפחה.
כ'האב אזוי באמערקט מערער אידען וואס זענען געקומען נאר כאפען א קוק וואס ס'טוט זיך און זיי האבען געפלאנט אז מ'גייט שוין אהיים, די שוין האט אבער גענומען אפאר שעה,
ס'איז מיין ערשטע יאר וואס איך בין אין ק"י אויף פורים און אי"ה בלייב איך דא ווילאנג די רבי איז דא,
כ'האב נאך אזא טיש אין מיין לעבן נישט געזעהן! דאס התרגשות, ווארעמקייט, דערהויבענקייט, שיינע טייטשען, - איך בין נישט פון די אידען וואס הערן געווענליך אויס די תורה, אבער דא איז אלעס אנדערש געווען- בקיצור אין איין ווארט פאר די וואס זענען נישט דארט געווען, מ'קען עס נישט אראפלייגען מיט ווערטער און אפילו נישט מיט קליפס אדער בילדער, מ'דארף דארט זיין דאס צו שפירען.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 20:15 |
|
| |
וועןלכע ציגארן האט דער ראשקעבהאג ליב.
אפשר די אומלעגאלע קובאנאר ציגארן?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 20:19 |
|
| |
5:00 אזייגער וועט פארקומען די שושן פורים טיש בחצר הקודש סאטמאר
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 22:13 |
|
| |
אויך אין וויליאמסבורג האמיר געהאט אויסערגעווענליך געהויבענע פורים טעג, אנגעהויבן פון די הייליגע תפילות, וואו טויזנטער סאטמארע חסידים זענען געקומען דאווענען אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, די ליכטיגע טישן, אא"וו. דער שפיץ פונעם שבת איז געווען די פייערדיגע תורה ביי ש"ס וואס איז געווען די ריכטיגע הכנה דרבה בעפאר קריאת המגילה. צום מגילה ליינען, 8:15, איז געקומען א פרישער שטראם מענטשן, די גאנצע ביהמ"ד איז געווען געפאקט מן הקצה אל הקצה. די טיש איז געווען איין לאנגער קייט פון התעוררות און התרוממות. אויך נעכטן ביים משתה היין טיש פון רב שליט"א איז געווען גאר דערהויבן, איבער 500 אידן און אפאר הונדערט בחורים האבן אינאיינעם געזינגען און געשפרינגען מיט התלהבות דקדושה. ואי"ה עוד חזון למועד. איך וועל פרובירן פונקטליך אראפגעבן אונזער התרגשות.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/3/2007 22:18 |
|
| |
סתם שקרים און פאנטאזיעס.
מיינע קוועלער וואס זענען דארט געווען זאגן פינקט קאפויער.
ביים טיש ליל שב"ק איז געווען גאר א שוואכער ציבור, אז מ'האט זיך פשוט געשעמט.
שלוש סעודות האבן זיי אנגעהויבן גאר פרי, אז מ'זאל נישט זעען די בזיונות.
די מגילה האט מען געליינט אין 13 הופער. (נישט 14) צוליב דעם מעכטיגן עולם...
דער שיכור טיש אין 13 הופער איז געווען בלוז דזשאוקס פון איינעם פוקס. און דער ראשקעבאהא"ג איז זיך אפגעצופט צאלן TOLL בערך 1:15 ביינאכט צו זיין גרויסע עיר מלוכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 06:39 |
|
| |
אוי אידעלע, אוי אידעלע, שטארק דיך שטארק דיך אידעלע
דיינע קוועלער??
ס'קומט מיר פשוט צו לאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 06:47 |
|
| |
טייערע אידן,מארגען צוריק צו דער ארבעט. און די וועלכע האבן אויסגעקליבן דעם שטריק פאר א פירער בלייבן מיט'ן שטריק. מיין מלמד פלעגט זאגען אז מ'לערנט נישט בלייבט מען אן עם הארץ.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 07:40 |
|
| |
און יעצט וועל איך אראפשרייבן אביסעלע אמת'ע פאקטן ארום דעם פורים אין סאטמאר. און אידעלע וועט קענען איבערגעבן די געהויבענע דברי ליצנות פונעם מושב ליצים וואס איז געזאגט געווארן ביי דעם פיקטשער רבי'ן.
- אין פורים אליין האט סאטמארער רבי שליט"א געפראוועט בערך 21 שעה! 2 1/2 שעה געליינט די מגילה. 6 שעה אויפגענומען אידן מיט קוויטלעך. 2 שעה געזאגט תהלים. 10 1/2 שעה (ביינאכט פון 11 ביז 3:30, צופרי פון 5:30 ביז 11:30) געפירט טיש בזמירות שירות ותשבחות און געוואלדיגע בחינות.
- דאס קומט נאך א שב"ק, ווען דער טיש פרייטאג צו נאכטס האט זיך געענדיגט ארום 1 אזייגער, דאס דאווענען צופרי האט מען אויך געענדיגט בערך די זעלבע צייט, און נאך א ש"ס מיט א תורה פון א דריי פערטל שעה.
- דער רבי שליט"א האט אין די דריי טעג (ווי ער האט דערמאנט ע"ב שעות כמנין חס"ד) געזאגט קנאפע 18 מאל תורה, ברבים ! מיט אזוינע געוואלדיגע הערליכע בחינות וואס זענען געווען ממש כנתינתם מסיני. (און דאס שוין אן די פערלדיגע תורות פון הגה"צ פה מפיק מרגליות אבדק"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א).
- דעם פורים זענען אין די וויליאמסבורגער גאסן אליינס געווען איבער צוואנציג מאבילס נאר פון סאטמארער בחורים, וואס האבן איבעראל ארויסגערופן א קידוש השם ווען מען האט געקענט זען בחוש די געוואלדיגע איידלקייט און יראת שמים פון די חשובע בחורים אין יעדן פלאץ וואו זיי זענען אנגעקומען, בפרט ביי די בחורים וואס זענען געווארן שיכור און דאס גאנצע יראת שמים האט זיך אנגעזען אין זייער התנהגות.
- די מאבילס אליינס האבן צאמגעשטעלט די פאנטאסטישע סומע פון בערך א פערטל מיליאן דאלער פאר סאטמארע צוועקן. א חלק דערפון איז געגאנגען אויך צו שטיצן די מוסדות אין ארה"ק וועלכע זענען נישט נהנה פונעם שלטון הציוני ימ"ש, צוזאמגענומען דורך די ניי געגרינדעטע "חבורת זכרון משה".
- און צום לעצט אביסל פאר קינוח סעודה. דער וויליאמסבורגער רב אליין האט ביים משתה היין טיש געהאט קנאפע דריי מאל אזויפיל ווי זיין פעטער האט צאמגעשלעפט אין די געגנב'עטע שול !
בקיצור, א סאטמארע חסיד גייט ארויס פון דעם יו"ט מיט א פולן באגאזש, ווען אלעס אין אים זינגט אונטער: ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו, והבדילנו מן התועים, ונתן לנו תורת אמת !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 16:29 |
|
| |
איך מיין אז מען קען עס מאכן גאר בקיצור. א בור ריק און אן עם הארץ אז עס קומט אזא הייליגער יום טוב ווי פורים, איז ער יבש און פוסט. ער האט נישט וואס צו פארקויפן, און ער האט נישט ווער עס זאל פון אים קויפן. און דאס ווייסן און באגרייפן זיינע מענטשן, קינד און קייט, ועל זה דוה לבם ועל אלה חשכה עינם.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 16:37 |
|
| |
שור דא רעדט מען ווי שיין די יו"ט איז געווען, נישט ווי מיאוס ס'איז געווען ביי געוויסע אידען.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 18:11 |
|
| |
עס איז דא אזעלכע וואס האבן קוועלער פון מים עכורים און בורות נשברים וואס זענען מלאים רפש וטיט דור דור ומנהיגיו דור דור ומעיניו אז מען א רבי'ן א ע''ה האט אזעלכע קוועלער .
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/3/2007 18:39 |
|
| |
דער שענטסער שושן פורים טיש איז נעכטן אדורך גאר דערהויבן במעמד רבבות אלפי ישראל, בראשות מרן כ"ק מרן רבינו שליט"א, בביהמ"ד החדש דסאטמאר אויף בעדפארד עוועניו.
צום אלעם ערשט, וויל איך קלאר מעלדן, אז איך וועל נישט געבן דא א באריכט אין דעם קארופטירטן כל העולם כולו, ווייל די נייטראלע מנהלים שניידן אלע מיינע תגובות.
וואס איך וועל יא זאגן איז אז די רבבות אידן וואס זענען דארט געווען, וועלן אייך אלע זאגן דעם אמת וואס איר ווילט נישט הערן..
|
|
|
|
|