בית פורומים כל העולם כולו

אלבערט הייבט אן אטאקע קעגן זשוליאני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/3/2007 00:24 לינק ישיר 
אלבערט הייבט אן אטאקע קעגן זשוליאני

די וואך ווערט אפגעצייכנט אין די פאליטישע היסטאריע דער היסטארישער מאמענט, ווען אלבערט פריעדמאן האט זיך גענומען צו די ביינער פון זיין ליבעראלן פריינט/פיינט רודי זשוליאני, וואס לויט די איצטיגע אנקעטעס איז ער דער צוקונפטיגער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, און דעריבער וועלן אים נישט העלפן זיינע ליבעראלע שטעלונגען (וועלכע וועלן גאנץ זיכער מאכן א סוף צו זיינע פרעזידענטליכע חלומות נאך אין די פריימעריס...) און אלבערט וועט ארויסגיין קעגן אים בחרב ובחנית, עד כמה שידו, יד כהה, מגעת...

דער סיגנאל פון די ערשטע אטאקע איז שוין קענטיג די וואך אויף די שפאלטן פון "די צייטונג", און וועט פארזעצן ביתר שאת ויתר עוז די קומענדיגע חדשים און יארן, ביז ווען זשוליאני וועט באצייכנט ווערן אלס 'עלימינירט', און אלבערט וועט זיך אויסזוכן זיין קומענדיגן קרבן.

דער קלימאקס פון די אטאקע איז עפעס אן אומפארשטענדליכער ארטיקל אויף די סאמע לעצטע זייט פונעם הויכגעשעצטן צייטונג, וואס ווי באקאנט איז דאס דער חשוב'סטער ארט פאר א נייעס זיך צו געפינען אין "די צייטונג" (נאך מער ווי די ערשטע זייט, ווייל דאס האבן דאך די אנדערע צייטונגען אויך), מיט ציפערן און רינגלעך כביזת מצרים וביזת הים, ווי עפעס א רעפארטער פרובירט צוצולייגן זשוליאני כיד הפען הטובה (?) עליו. און אלבערט שפאנט אין זיינע פיס-טריט, קייקלענדיג זיך פאר געלעכטער דעם גאנצן וועג צו די דרוקעריי ווי גוט ער האט מסדר געווען זשוליאני'ן די וואך. און האפנטליך וועט די מעכטיגע אטאקע פון א וויץ אין "די צייטונג" העלפן פאר די אנקעטעס זיך נעמען צו זשוליאני'ס ביינער, אדער ציפערן.

אגב, די גרויסע פאליטישע אנאליסטן זענען לעצטנ'ס געקומען צו א פעסטע החלטה, אז דער מעיאר בלומבערג יר"ה וועט גאנץ זיכער נישט לויפן פאר פרעזידענט אין די קומענדיגע וואלן. מאחורי הפרגוד געט מען איבער אז זייער החלטה איז בעיקר געבויט אויפן פאקט אז אין די לעצטע וואכן זעט מען מער נישט אין "די צייטונג" די רעגלמעסיגע אטאקעס קעגן דעם הויכגעשעצטן מעיאר, וואס ווייזט אז די פרעזידענטליכע חלומות פון בלומבערג זענען שוין אויסגערינען, מסתמא טאקע אדאנק אט די אטאקעס.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/3/2007 04:49 לינק ישיר 

איך בין זיכער אז ר' אברהם פריעדמאן ווארפט זיך יעצט אין בעד, ער קען זיך נישט מוחל זיין, פאר נישט זיך אדורך רעדן מיט דעם חכם "אפשר_דאך", פאר ער האט עפעס געשריבן.

איך וואלט אים געראטן אז ער זאל שוין  צומאכן זיין צייטונג, ווייל ווער וועט עס נאך קויפן, נאך אזעלכע גרויסארטיגע ליצנות דא אויפן פארק פון דעם הויכגעשעצטן "אפשר_דאך".





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/3/2007 15:47 לינק ישיר 

speaks like a typical democrat

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/3/2007 15:53 לינק ישיר 

געדאנקען. אויף וויפיל איך געדענק פלעגט מיין רבי אין חדר שטענדיג זאגן (דאס איז געווען פון זיינע געלונגענע ווערטלעך): אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן מעגסטו בלייבן שטיל אויך.

און אז דו ביזט יא דאהי, מסתמא עפעס פארבינדן מיט אלבערט, אפשר ביזטו מסביר פאר אונז צוריקגעשטאנענע ליינער דעם פשט פון לייגן אזא פורימ'דיג ארטיקל אויף די הויכגעשעצטע לעצטע זייט, אינדערצייט וואס אויף אונזער קאלענדער איז שוין א וואך נאך פורים?

איך בין אינגאנצן נישט איבערצייגט אז זשוליאני וועט געווינען די פריימעריס, אבער איך בין יא איבערצייגט אז אויב ער וועט פארלירן וועט עס זיין נאר אדאנק די טאלאנטפולע געשמאקע העפטיגע און מעכטיגע אטאקעס מיט וואס אלבערט יר"ה וועט אונז באשפריצן אין די קומענדיגע מאנאטן, שטופנדיג אונז זיין ליבעראלע אגענדע אין די קישקעס ביז צום ברעכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלבערט הייבט אן אטאקע קעגן זשוליאני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext