| נשלח ב-12/3/2007 02:59 |
|
| |
מעשה שהיה אין בארא פארק
געוועהן א איד בשם וו.ק.וועלכער האט געוואינט הוא ומשפחתו אין א אייגן הויז אויף 59 גאס אין ב"פ. ויהי היום והתהפך עליו מצבו עד כדי אז ער האט נישט געקענט צאהלען דעם מארטגעטש. און די "רשעים" האבן פארקלאוזט אויפן הויז. דער איד האט געטראכט ער וועט ווארטן ביז סוועט גיין אויף אקשן און פארהאנדלען מיט די באנק כמנהגינו. האט זיך געמאכט מאחינו בני ישראל א ייד בשם ג. וואס האט געוואלט אויס קויפן דאס הויז ביי די באנק, און כאטשיג דער וו.ק. האט אים געבעטן תחנונים ער זאל עס נישט טוהן, האט ער אויס געקויפט, איהם ארויס געשטעלט און אליין אריין אהין וואינען
גוטע פריינט האבן איהם געצה'ט ער זאל מטיב זיין דעם פריעריגן בעה"ב, (מחמת כמה סיבות... האט ער עס שוין יא אנגענומען ערנסט) ער האט איהם געגעבן אפשר א סכום הגון אבער דער וו.ק. האט איהם קיינמאהל נישט מוחל געוועהן. ער איז געוועהן זעהר אנגעווייטיגט.
פאראיאהר איז דער ר' וו. ק. געגאנגען מאכן עפעס איין MRI אין איז נעבעך אוועק געפאלען אויפן פלאץ אין עלטער פון 52 יאהר רח"ל. סאיז געוועהן ט' אדר
תשס"ו
זעקס וואכן שפעטער איז דער ג. צוזאמען געפאלען מיט יענע מחלה.
ער איז נעבעך אוועק דעם דינסטאג נאכט פאר פורים
דינסטיג איז געוועהן ט' אדר.
יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 03:10 |
|
| |
די מעשה איז לשון הרע, די ביסט מפרסם א נאמען ברמז, ובפרט ווען עס רעדט זיך פון א בר מינן, (איך בין דאך מלמד זכות אויף דיר אז די האסט געוואלט אראפ ריקן די אשכון וואס וואס איך האב געפאוסט....)
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 06:27 |
|
| |
שרעקליך.
א דאנק פארן צוברענגען די מעשה וואס מען קען זיך לערנען אז יש דין ויש דיין.
אזתתחזק,
האסט דורכגעלערנט דעם חפץ חיים צו זאגן אז דאס הייסט לשון הרע?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 07:00 |
|
| |
וואס איז וו. ק. שולדיג געווען?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 07:07 |
|
| |
אז תתחזק
שקויעך פאר באשטעטיגן די מעשה
|
|
|
|
| נשלח ב-12/3/2007 23:00 |
|
| |
לתשובות אלו השואלים אותי באישי פארוואס איך בין דאס מפרסם.
שהקידוש השם הנגרם מזה יהא לעילוי נשמתו.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 22:22 |
|
| |
באטשי
ביסט נישט גערעכט.
טאמער די האלטס איז איינער איז חייב מיתה, ווען ער קויפט אפ א הויז פין א באנק, קענסטו דיך מאכען אן אייגענע תורה, און אריין שרייבען אלע הלכות וואס די ווילסט, און מאכען אן עדת באטשי, אלע וואס ווילען נאך גיין דיינע חוקים, זאלען גיין געזונטערהייט.
די באנק האט א רעכט צו פארקויפען, די מענטש האט א רעכט צו קויפען, האסט פארגעסען אז מען שרייבט אונטער פאפירען ווען מען גייט אין באנק?????
די מעשה שמעקט ווי עס איז זיכער נישט געווען ווי די שרייבסט, וועגען די פאלגענדע טעמים,
די זאגסט אזוי,
א. אז דער איד ג. איז געווען די איינציגסטע אינטרעסירט אין דעם הויז. די גוים זענען עפעס בלינד??
ב. דער איד וו. ק. האט נישט געהאט צו באצאלען פאר די מארגעדז, אבער פאר די באנק צו קויפען די גאנצע הויז האט ער יא געהאט געלט?????????, וויזוי זאגט מען? מעיק אפ יאר מיינד.
ג. דאס צו טוהן איז א מנהג ישראל, שקר וכזב.
ד. ג. האט געבעטען וו. זאל נישט קויפען. איז די קשיא פארוואס האט ג. נישט געקויפט אליין? איינער האט אים נישט געלאזט??
א הויז גייט אויף אקשען, איז דאס א פובליק אינפארמעשען, איעדער ווייסט, עס איז דא קאמפאניס וואס האלטען אן אויג אויף די הייזער, און ווילען דאס קויפן פין די באנק, ג. וואלט נישט געווען די איינציגסטע וואס האט דאס געקענט קויפען.
מען פלעגט עס קענען טוהן אין סקווער, ווייל דארט האט קיין איד נישט געקויפט ווייל מען האט געוויסט אז א גוי וועט דאס נישט קויפען, איינער וואס טוט דאס דא, איז זיך פשוט אליין שולדיג.
יעצט, איך פארשטיי הונדרעט פראצענט, אז ווען איינער האט נישט צו באצאלען און די באנק פארקויפט דאס, איז א אמת'ר מצוה ארויס צו העלפען דעם איד, מי יתן איך זאל האבען די געלט וואס דאס געווען פין מיינע ערשטע צדקות, אבער צו זאגען אז איינער וואס קויפט פין די באנק איז חייב מיתה, איז נישט מער ווי דברי הבל ורעות רוח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 10:15 |
|
| |
שלום שטוב איך וויל זיך אננעמען פארן אלטן באטשי מיט די לאנגע אויערן.
מ'איז טאקע נישט חייב מיתה פאר'ן טון אזא זאך אבער למעשה טוט מען זייער וויי א צווייטן איד מיט דעם, און טאקע ממש אין פינטל ותוצאותיו מי ישורנה.
ב. דער מנהג ווערט טאקע נישט געברענגט אין מנהג ישראל תורה, אבער עס איז א זאך וואס האט שוין געראטעוועט אסאך אידיש געלט און איך האב טאקע נישט קיין תירוצים אויף אלע דיינע שווערע קשיות אבער א פאקט איז אז מייינער גאר א נאנטער קרוב האט געלאזט זיין הויז פאלן ווייל ער האט נישט געקענט באצאלן און מ'האט געבעטן קיינער זאל עס נישט קויפן און ער האט עס צוריק געקויפט פון באנק פאר אסאך ביליגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 11:36 |
|
| |
שלוםשטוב, זייער גוט צולייגט, איין זאך וויל איך נאך צולייגן, ווי אזוי איז עס א שטראף אז ער איז געשטארבען דעם זעלבן טאג פון דעם אנזעצער, פארוואס איז ער נישט אוועק אויף דעם (יאהר)טאג וואס ער האט געקויפט דעם הויז?
נאך איין באמערקונג, לאזן א הויז גיין צו פארקלאזשאר און עס דערנאך צוריקקויפן פאר ביליגער איז דאך פשוט גניבה (אז מערערע מענטשן טוען דאס מאכט עס דאס נישט אויס גניבה אדער מותר)
איז אז איינער קויפט אפ יענמעס פארקלאוזט הויז פון דעם באנק איז ער אין ערגסטן פאל נישט מער ווי הגונב מן הגנב!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 17:01 |
|
| |
ר' גביר איך זאג נאך נישט אז איך וואלט עס געטוהן, אבער פין דא ביז זיין צופרידען אז איינער איז געשטארבען, און נאך זיין א מבין אויף'ן אייבערשטענס דרכים, אז דאס איז נאר געשעהן צוליב דעם, איז א ווייטער וועג.
וועגען ווי טוהן א איד, קען מען זיך אויך מפלפל זיין, גיי ווארף הונדרעטערס אין די גאס, און זאג יעדעם "נעם נישט" די טיסט מיך וויי, און דערנאך זיין יענעם מחייב מיתה צוליב דעם!!! איך כאפ טאקע אהן אן עקסטרעם, אבער גענוג ארויס צו ברענגען די נקודה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 17:15 |
|
| |
עס איז ביי מיר קלאר אז ג' האט געהאט א זכות אז ער איז נפטר געווארן ט' אדר און דעם זעלבן טאג ווי ק', אזוי ארים האבן צענדליגע אידען באקימען א הירור תשובה, אין געזען אז אית דין ואית דיין.
קען אויך זיין אז פאר ג' איז אפגעשריבן געווארן זיין יום המיתה - נאך קודם יצירת הולד - אויף א' אדר תשס"_ נאר וועגן עפעס א גרויסער זכית וואס ער האט געהאט האט מען פון הימעל אים פארלעגערנט, אינז צו לערנען אז יענעמס בליד איז נישט הפקר.
ווער קען דען זיין א מבין אויף'ן אייבערשטענס דרכים, אבער והחי יתן אל ליבו
צי ג' האט געהאט א רעכט דאס אפציקויפען לויט טריקענע הלכה, קען זיין יא, אפשר איז שייך ביי דעם עני מהפך בחררה, איך ווייס נישט.
לכבוד המשפיע: אויב איינער האט נישט צו באצאלן און לאט פאלען זיין הויז וואס דאס איז די משכן וואס'פארא גניבה איז דאס ?
און אז פארביליגער קען ער יא פארוואס זאל ער עס נישט צוריק קויפען?
תוקן על ידי findodort ב- 18/03/2007 17:18:06
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 19:53 |
|
| |
גראדע איז עס ליידער מעשים שבכל יום אז א איד באצאלט נישט פאר די באנק אין צייט, אין וויל שפעטער מאכען א דיל מיטן באנק.
אלעמאל ווייסט מען אז אידן שטייען אוועק פון אזאלעכע געשעפטן, הגם אפשר על פי שולחן ערוך איז עס אפשר מותר.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 22:53 |
|
| |
איך וייס נישט צו דו מאכסט זיך צו דו ביזט טאקע אזא עם הארץ
דן גאנצע תורה איז פול מיט עונשין גדולים פאר מצער זיין אנדערע יידען.
דו ווייסט וואס סהייסט א מי שפרע?
דו גמרא און מדרשי זענען פול פון מענטשן וואס סהאט זיי געשאט יענעמס טרערן. כל השערים ננעלו חוץ משערי אונאה?
איך וועל דיר געבן נאר צוויי
פנינה לשם שמים נתכוונה שנאמר וכסעתה צרתה גם כעס לבעבור הרעימה- כדי שתתפלל. אעפ"כ עד עקרה ילדה שבעה ורבת בנים אומללה (5) מדרש שמואל פרשה ה הא כיצד. ר' נחמיה אומר, היו לפנינה עשרה בנים. והיתה חנה יולדת אחד ופנינה קוברת שנים. חנה יולדת שנים ופנינה קוברת ארבעה. שלשה והיא קוברת ששה. ארבעה והיא קוברת שמונה.
תלמוד בבלי מסכת כתובות דף סב/ב דרב רחומי הוה שכיח קמיה דרבא במחוזא הוה רגיל דהוה אתי לביתיה כל מעלי יומא דכיפורי יומא חד משכתיה שמעתא הוה מסכיא דביתהו השתא אתי השתא אתי לא אתא חלש דעתה אחית דמעתא מעינה הוה יתיב באיגרא אפחית איגרא מתותיה ונח נפשיה
פרעגט ר' חיים שמואלביץ, ער איז דען געוועהן חייב מיתה? פארקערט זי האט דאך געוואלט ער זאל האיים קומען?
דער תירוץ איז: א טרער איז א מעסער! א מעסער הארגעט. צו ווילסט יא צו נישט.
רש"י על שמות פרק כב פסוק כא (כא) כל אלמנה ויתום לא תענון - הוא הדין לכל אדם אלא שדבר הכתוב בהווה לפי שהם תשושי כח ודבר מצוי לענותם: רמב"ן על שמות פרק כב פסוק כא (כא) וטעם כל אלמנה אפילו עשירה בעלת נכסים, כי דמעתה מצויה ונפשה שפלה ואמר אם ענה תענה אותו, כל יחיד מהם, על כן כתיב אחריו והיו נשיכם אלמנות, בעונש האלמנה וצעקתה, ובניכם יתומים, בצעקת היתום והעונש הזה לא מנו אותו רבותינו בכלל חייבי מיתה בידי שמים בברייתא דואלו הן שבמיתה השנויה בסנהדרין (פג) והטעם, שאין זה מיתה כמיתת בני אדם בידי שמים שנאמר בהם ומתו בו כי יחללוהו (ויקרא כב ט) ולא תמותו (במדבר יח לב), אבל ענש בכאן שיהרג אותם בחרב אויב או במלחמה ירד ונספה בלא הודע והיו נשיהם אלמנות לעולם ובניהם יתומים לעולם:
לגבי דיין גרויסע "גניבה"
פינדאדארט האט דיר שוין געשריבן, קוק נאך דעם "איסור" פון הפקעת הלואתו וד"ל
דאס איז א רעגולער עני המהפך בחררה ובא אחר ונטלו נקרי רשע. די חז"ל רופען איינעם רשע איז עס מיינסטו איין ארטיקל אין "דער איד"? דאס קאסט א טייערן פרייז
ער מוז איהם להלכה איבערבעטן כדין כל חוטא לחבירו.
דער ד"ח פלעגט זאגן אז ער האט פון קיינען אויף דער וועלט נישט מורא, חוץ פון א קרעכץ פון איין ארימאן.
דער דברי חיים האט זעהר געשטורעמט בשעתו קעגן אויסדינגען איין ארענדע פון א צווייטן איד. און סהאט אסאך אידן ר"ל געשאט.
אויף דעהם שטייט כל השערים ננעלו חוץ משערי אונאה.
פאבליק אינפארמעשין מאכט עס נישט כי הוא זה ווייניגער. דאס מציאות איז אז א גוי קויפט נישט אויס אין א יידישע געגנט ווייל די פרייזען זענען זעהר הויך, נאר אונזערע יידעלעך לייידער באפאסטיגן זיך מיט דעהם.
אהובי ידידי דעם זעלבן תירוץ ווי דו האסט, האבן געהאטט די לעכט פאכטערס און די פלייש פאכטעס פון א מאהל.
פון דעסטוועגן דאך איז נאך פון חז"לס צייטן א "מוכס" געוועהן א שם נרדף פאר א רשע.
דער אמרי נועם האט געשיקט פרעגן דעם דברי חיים, ווי שטייט אז מטאהר נישט אויסדינגען איין ארענדע האט ער גענטפערט "אין מיר שטייט עס"!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:17 |
|
| |
איז בקיצור.
די זאגסט, אז מען טאר נישט קויפען א הויז וואס די באנק פארקויפט מכח די פאלגענדע טעמים.
א. מען איז מצער א איד,
ב. פונקט ווי די ד"ח האט געזאגט אז מען טאר נישט אויסדינגען אן ארענדע.
קומט דאך אויס אז די האלטס ווי די ד"ח, און איך ווי די אמרי נועם.
אויב איז דאס דיין גאנצע סיבה, שרייבסטו דאך אליין, אז די אמרי נועם האט געהאלטען אז מען מעג יא, און די ד"ח האט אויך געהאלטען אז מען מעג, נאר ער האט פשוט נישט געלאזט, און האט געלאזט יענעם וויסען אז ער וועט אין הימעל "ארלעדדיגען" אז מען טאר נישט.
אויב אזוי איז עס אן הוראת שעה, און איז נאר אקטיוו ווען דער ד"ח איז דא און זאגט.
איך ווייס נישט צו עס איז דא הלכות מיט וואס מען קען יענעם רופען אין דין תורה, צו אלץ דינא דבר מצרא, צו אלץ עני המהפך, טאמער איינער ווייסט איז ער געבעטען דא צו שרייבען.
אויף דעם וואס די שרייבסט וועגען א טרער פין א איד, פארשטייסטו אליין אז די דער גרויסער באשטי איז דער גרעסטער סימבאל פין איינער וואס האט נישט מורא פארדעם, איך ווייס נישט ווער דער קויפער איז, אבער איך בין זיכער אז ווען זיין אלמנה און קינדער (אויב ער האט) זעהן אז איינער באטשי האט געשריבען אין היידפארק אז אים איז געקומען צו שטארבען, לאזען זיי נאך א טרער, און פאר יענעם טרער האב איך מער מורא, ווי איינער וואס פארלירט זיין הויז מחמת נישט באצאלען.
די גמרות וואס די ברענגסט ברענגען טאקע ארויס זעהר גוט, אז ווען איינער טוט אן איסור, ווי מצער זיין א מענטש "שלא כדין" איז עס מעסער וכדברי באטשי בשם ר' חיים, הן פנינה האט געטשעפעט חנה, הן ר' רחומי האט עובר געווען אויף די מצוה פין עונה. דאס איז בכלל נישט קיין ראי' לנידון דידן, ווי די גאנצע איסור איז געבויט אויף אן הוראת שעה פין א דברי חיים.
און צום שלוס, אוודאי דארף מען שטיין גאר ווייט פין אזעלכע ביזנעס, אבער פין דא ביז מחייב זיין מיתה איז א גאר גרויסע מהלך, וכדאמרן לעיל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:52 |
|
| |
נאך א נקודה וואס די שרייבסט בנוגע אויסקויפען א ארענדא.
די מעשה וואס די ברענגסט פין אמרי נועם מיט'ן דברי חיים, איז נישט ריכטיג, לכאורה נישט אמת, אפשר גייט עס אנדרעש, אבער אזוי ווי די פארציילסט איז עס זיכער נישט אמת.
דאס אז מען טאר נישט אויסקויפען אן ארענדא איז א תשובת הב"ח סימן סמ"ך, און די דברי חיים ברענגט עס אין די תשובות חושן משפט חלק ב' סימן נ"ד, צו זאגען אז די אמרי נועם האט געפרעגט אן שאלה עם הארצות, און אז די דברי חיים האט אויך נישט געוויסט צו זאגען וואס שטייט אין זיין תשובה ספר, איז נאריש.
ממילא ר' באטשי, כשל עוזר ונפל עזור, טרעף אן צווייטער איסור אויף אויסקויפען א הויז, ווייל דיין ערשטער איז אוועקגעפאלען.
אויך איז דא א בריוו פין מיטלער רב ווי ער ברענגט פין תניא אז עס דאס אויף דעם א חרם הקדמונים, און מען ברענגט א קללה אויף זיך מיט די אייניקלעך צו זיין א שואל על הפתחים.
בקיצור עס איז נישט א חידוש פין דברי חיים.
אפשר איז די מעשה א חידוש פין ..................................
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 02:42 |
|
| |
שלוםשטוב
קאנגרטולעישנס
דאס ערשטע מאהל וואס איך מוז מודה זיין דו פרעגסט צו דער זאך
ואענה אותך כיד ה' הטובה עלי
א) אויף דעם חייב מיתה שאלה האסטו שוין געקריגן א תירוץ מן התורה ומן הנביאים ומן הגמרא
ב) דיין קשיא אז יעדער וועט קרעכצן ווען מוועט איהן נישט געבן קיין הונדערטער? איז דער תירוץ, אקוראט פאר דעם האבן די חז"ל געגבן די גדרים ווען ממעג אינגאנצן, און ווען יענער קען האבן תרעומות. אין ווי ווייט. למשל ווען יענער רופט דיך ליטוואק. קענסטו איהם בלאזן א תקיעה גדולה. נישט מעהר. אבער ווען ער רופט דיך רשע. מעגסטו זיין א יורד עמו לחייו. און טאמער רופסטו חס ושלום רשע, איינעם וואס קען זיך נישט אננעמען פאר זיך אליין, ווי א עני גר יתום ואלמנה, והיה כי יקרא עליך ושמעתי כי חנון עני רח"ל.
דאס איז אויכעט א מי שפרע, דאס מיינט אויך דער אין לו עליו אלא תרעומות, דאס מיינט אויך יורד עמו לחייו, די חז"ל רעדן נישט קיין פראפאגאנדע.
משא"כ טאמער האט ער איהם גארנישט ביי עוולה'ט איז עס א קללת חנם. וואס איז (לו) לא תבוא.
ג) אין דעם פאהל ביי אונז, איז דער איסור פון א עני המהפך בחררה ובא אחר ונטלו., וואס ער האט אויף איהם איין עוולה, והיה כי יקרא עליך אל ה'...
ד) אין פאהל פון דברי חיים איז דער היתר פון אמרי נועם אינו דומה בכלל. ווייל דארטן האבן די פריצים נישט געוואלט פארדינגען מעהר פאר קיין אידען, מחמת זיי זענען געבליבן שטעקן מיט דעם ארענדאר. איז ער געוועהן א חב לאחריני. משא"כ דא.
אויך דארט רעדט זיך פון א ביזנעס, מאי חזית דדמי דידך סומק טפי, דא רעדט זיך פון א בית דירה.
דער אמרי נועם האט געזעהען דעם ד"ח תשובה, ער האט געהאלטן אז דער ד"ח איז נישט גערעכט, פארדעהם האט ער געהייסן זיין זיהן דעם בייטשער רב פרעגן.
בכל אופן אעבור פרשתא דא, אין איך וועל בל"נ צוריק קומען
ווי יאך קען שוין דיין ניק, גלייבסטו במיילא נישט די מעשה פון ד"ח , ווי דיין חינוך איז געוועהן נישט צו גלייבן קיין אמתדיגע מעשיות, חוץ פון וואס סשטייט בפירוש געדריקט אין משמשת חלומותינו ווי דער רבי זי"ע האט גערעט קעגן עירוב ... )
די מעשה מיט דעהם ג. האט אבער יא פאסירט. און באשטעטיגט געווארן דורך איינער פון די גרויסע פאטאגראפיסטן פון אונזער פארק...איך האב נאר געשריבן די טרוקענע פאקטן. דו טענהסט אבער אז סאיז א מקרה. דו האסט די פולע רעכט. איך זאג אז סנישטא קיין שום מקרה אויף דער וועלט .
ה) דו פרעגסט אויב זיי- די משפחה - וועלען לאזן א טרער ווען זיי וועלען דאס לייענען, אויב דאס וועט מיר שאטן.
מיין ענטפער איז צו דיר
ממנ"נ אויב זיי האלטן אז איז עס א מקרה. WHO CARES?
אלא מאי האלטן זיי אז סאיז אמת. איז עס דאך א קידוש השם. לטובת נשמתו.
אלענפאלס האסט אפשר א גוטע קשיא אויף מיר, איך האב צופעליג א גוטן תירוץ,
אבער איך בין נישט יעצט דער נושא
פארדריי נישט דעם שמועס. לכה"פ נאך נישט יעצט, דערווייל רעדסטו צו דער זאך
תוקן על ידי - baachi - 19/03/2007 2:53:00
 |
|
|
|
|
|