בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעשה שהיה אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2007 05:48 לינק ישיר 

דערווייל מוז איך דיך קאנגראלאטירען,
דער ערשטער מאהל די ביסט מודה אז איינער שרייבט צו די זאך.

איך ווארט נאר זאלסט מודה זיין אז ביסט נישט גערעכט געווען, כאטש די דרייסט אהער, דרייסט אהין, האסט נישט קיין תירוץ אויף גארנישט, האקסט א טשייניק מיט א מי שפרע, און ווען איינער שרייט רשע אויף אן אלמנה, א תירוץ אויף'ן טרער פין די אלמנה מיט די יתומים האסטו נישט, אבער דערווייל האלט מען נאר ביי דעם אז "איך פרעג" צו די זאך.

איך ווארט נאר די זאלסט מודה זיין אז "די האסט געשריבען" נישט צו דערזאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 06:47 לינק ישיר 

שלום

איך זעה אז דו ציהסט שוין צוריק.
דא איז געוועהן אחשובער יונגערמאן, ארויטליכער, סאמעט האט ער געהייסן אויפן לעצטן נאמן, שוין פארגעסן זיין שם פרטי. ער פלעגט כסדר גיין נאך געלט פאר אידנס וועגן ספעציעל פאר כולל קאליב אין וו"ב

ער פלעגט גריסן מיט א ווערטל
" אנטולדיג מהאמיר זיך געטראפן, מעהר וועט דאס נישט פאסירן"

כמעט ווי דו אנטולדיגסט דיך  אז דו האסט געשריבן  צו דער זאך, מעהר ווילסטו נישט ס'זאל פאסירן

"איך ווארט נאר זאלסט מודה זיין אז ביסט נישט גערעכט געווען, כאטש די דרייסט אהער, דרייסט אהין, האסט נישט קיין תירוץ אויף גארנישט, האקסט א טשייניק מיט א מי שפרע, און ווען איינער שרייט רשע אויף אן אלמנה, א תירוץ אויף'ן טרער פין די אלמנה מיט די יתומים האסטו נישט, אבער דערווייל האלט מען נאר ביי דעם אז "איך פרעג" צו די זאך"

צוריק צום אלטן,שלום, קלעבט נישט אווארט צו אווארט,

כהאב מורא סגעוועהן צו א לאנגע תגובה. דו קענסטו נישט האלטן קאפ אזוי לאנג?

וועלכע עבירה? איז מען דא באגאנגען
עני המהפך בחררה , צום זיבעטן מאהל.

מאידך גיסא זעה איך אז ביזט צוריק אין די פעדערן, אז דו האסט נישט קיין לאגישע תשובה אטאקירסטו פערזענליך דעם שרייבער

שרייב מיר דו וועלכע עבירה איך בין בייגאנגען, מיטן מפרסם זיין בעילום שמם 
און איך וועל דיר ענטפערן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/3/2007 16:38 לינק ישיר 

שרייבסט
מאידך גיסא זעה איך אז ביזט צוריק אין די פעדערן, אז דו האסט נישט קיין לאגישע תשובה אטאקירסטו פערזענליך דעם שרייבער


דערווייל איז דאס גאר צו דער זאך, ענטפער אויף דעם וואס מען פרעגט דיך.

א. וואס וועסטו טוהן מיט דעם טרער=מעסער פין די אלמנה.
ב. אן ארענדא איז אסור מן הדין, נישט קיין תורה שטיקעל פין ד"ח.
ג. וועלכע איסור איז אויסקויפען א הויז פין די באנק.
ד. זייט ווען זארגסטו דיך פאר יענעמס תיקון נשמה.
ה. פארוואס מעג איינער שרייען אויף מיר ליטוואק, ווען טאמער מיינט ער צו פארשעמען איז עס אסור מעיקר הדין.
ו. זייט ווען, איז די איינציגסטער זאך וואס מען טאר נישט זאגען פאר אן אלמנה "רשע", מען טאר נישט מצער אויף סיי וואסערע אופן.

די אמת איז
א. מען טאר נישט מצער זיין קיין שום איד, אויב די כוונה איז מצער זיין, אויב אבער טוט מען אן ענין בדרך היתר, און עס קומט אויס א הפסד פאר א צווייטען, איז דא אין דעם הלכות, אבער צו זאגען אז ווען מען טוט ביזנעס, מען קויפט און מען פארקויפט, און איינער רעדט זיך איין אז עס איז אים מצער, דעמאלס איז אסור.

איך שרייב נישט קיין פרטים, וויל איך האב נישט נאכגעקוקט, אבער וואס די שרייבסט איז זיכער נישט ריכטיג.

גאר אינטרעסאנט איז, אז ווען די האסט נישט וואס צו ענטעפרען שרייבסטו פוטער מיט לאקשען, און די אטאקירסט נאך יענעם פאר פארדרייען דעם שמועס, גאר אינטרעסאנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/3/2007 19:59 לינק ישיר 

שלוםשטוב

שאלת חכם חצי תשובה. ומכלל הן אתה שומע לאו.  

טאמער ווילסטו תשובות, טא שרייב שאלות, נישט געמישט מיט תירוצים און מיט מגידות. מווייסט נישט צו דו זיכסט א תירוץ אדער א קשיא.

דו האסט זעקס שאלות. ביטע שטעל זיי אויס אז מען זאל זיי קענען ענטפערן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/3/2007 07:09 לינק ישיר 

מיינע צוויי צענט.

איך האב א מעשה לחזק שיטת באטשי ,


אט הערט איך געב מיך א דערמאן'עלע
געווען אמאל א אידענע געהייסן האט זי חנה'לע
געלערנט אין איין קלאס אינאיינעם
אזעלכע פריינטליכע שכנים
כ'אב איר געטון אן עוולה א קליינעם

כ'אב איר איינמאל וויי געטון איך האב עס גארנישט געמיינט
חנה'לע איז אהיימגעגאנעגן און האט זיך זייער צעוויינט
כ'אב איר נישט איבערגעבעטן צוריק
געווען א קינד אזוי נישט קלוג
אבער דער אייבערשטער האט דאך צייט גענוג ...... וכו'.

פרעג מיכאל די המשך ווייל איך דענק שוין נישט.


איין זאך איז זיכער, מצער זיין א איד איז נישט קיין קינדער שפיל. מען זאגט אויף געוויסע רבנים וואס האבן געפסק'ט שאלות אז זיי האבן כסדר מתפלל געווען אז די טרערן פון די 'חייבים בדין' זאל חלילה נישט שאטן כאטש זיי האבן געפסקט לאמתו של תורה.

הנסתרות לה' אלקינו והנגלות לנו ולבנינו על עולם. 






 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2007 05:29 לינק ישיר 

מלכה
איך האלט מיט מיט דיר הונדרעט פראצענט, דאס איז נישט די וויכוח צו מען מעג מצער זיין א איד, די שאלה איז, צו באטשי איז בארעכטיגט אראפ צו ברענגען די מעשה דא, כאילו יענער האט עובר געווען אויף די שלש שבועות מיט די שלש חמורות אין איינעם, מיט ראשי תיבות און אן אדרעס, אזוי אז דער וואס וויל קען זיך דערוויסען גאר גרינג וועגען וועמען מען רעדט.

אלס מיט א פאלשער תירוץ אז ער זוכט גאר יענעם'ס תיקון נשמה.

און דער היפאקריט האט גאר נישט מורא פאר מצער זיין אן אלמנה מיט יתומים (אויב איז דא).

דאס איז וואס מען רעדט,

איז די עבירה (?) אזוי גרויס אז מען מעג עס מפרסם זיין בשער בת רבים, און תולה זיין אויף דעם זיין פריעדעגען טויט????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2007 07:15 לינק ישיר 

שלוםשטוב

ביזט געקומען א לאנגן וועג ברודער לעיב

קוק דעם חילוק פון דיין ערשטע תגובה צו דיין לעצטע תגובה דא.
יעצט אפנים האלסטו ביי מיר.
צו איך מעג על פי דין פון הלכות לשון הרע דערציילן די טרוקענע פאקטן אויפן פארק
ד.ה. דו פאכעסט שוין מיטן חפץ חיים.

איך האב שוין לאנג מברר געוועהן אז דער חפץ חיים האט נישט מחבר געוועהן זיין ספר צו זיין איין עיר מקלט.

פון דעסט וועגן דא. דא האסטו דעם חפץ חיים


ספר חפץ חיים - הלכות אסורי לשון הרע - כלל י
א. (א) אִם אֶחָד רָאָה אָדָם, שֶׁעָשָׂה עַוְלָה לַחֲבֵרוֹ, כְּגוֹן שֶׁגְּזָלוֹ אוֹ עֲשָׁקוֹ אוֹ הִזִּיקוֹ, בֵּין אִם הַנִּגְזָל וְהַנִּזָּק (ב) יוֹדְעִים מִזֶּה אוֹ לֹא. אוֹ שֶׁבִּיְּשׁוֹ, אוֹ שֶׁצִּעֲרוֹ וְהוֹנָה אוֹתוֹ בִּדְבָרִים. (ג) וְנוֹדַע לוֹ בְּבֵרוּר, שֶׁלֹּא הֵשִׁיב לוֹ אֶת הַגְּזֵלָה וְלֹא שִׁלֵּם לוֹ אֶת נִזְקוֹ (ד) וְלֹא בִּקֵּשׁ פָּנָיו לְהַעֲבִיר לוֹ עַל עֲוֹנוֹ, אֲפִלּוּ רָאָה דָּבָר זֶה בִּיחִידִי, יָכוֹל לְסַפֵּר הַדְּבָרִים לִבְנֵי אָדָם כְּדֵי לַעֲזֹר לַאֲשֶׁר אָשַׁם לוֹ וּלְגַנּוֹת הַמַּעֲשִׂים הָרָעִים בִּפְנֵי הַבְּרִיוֹת, אַךְ יִזָּהֵר, שֶׁלֹּא יַחְסְרוּ אֵלּוּ הַשִּׁבְעָה פְּרָטִים, שֶׁנְּבָאֲרֵם בְּסָמוּךְ:

יעצט פרעג איך דיך, אויב דו מיינסט טאקע לטובת הענין, צו וואס דארפסטו פאטשקענען אין די בלאטע. האב שכל און מאך אויף איין אנדערן אשכול און מיר וועלן דיסקוסירן הלכות לשה"ר דארט.

גלייב מיר איך האב אויך נישט קיין הנאה פון מפרסם זיין דאס. נאר ווען איך האב דאס געשריבן האט שוין ג. גאנצער קרייז געוואוסט דערפון.

טאמער וועט זיך יעצט איין איד פארמיידן פון טוען  אזא מעשה, והיה זה שכרי. 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 16:11 לינק ישיר 

   די היפאקריט
איך האב אמאהל גערעדט וועגען לשון הרע?????
איך רעד וועגען דעם איסור וואס די האסט מחדש געווען, מצער זיין איז א מעסער, אפילו מען מעג, היט דיך, האסט מצער געווען אן אלמנה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/3/2007 20:41 לינק ישיר 

שלום

אויב מען טוט כדין, דארף מען נישט מורא האבן.
ווי איך האב שוין פריער געשריבן סאיז א קללת חינם.

אגב.

ווי קומט אריין דאס ווארט היפאקריט?

איך האב דען געשריבן לכתחילה אנדערש ווי יעצט

היפאקריט איז איינער וואטס טענעה אז ער איז חס אויף עמעצנס כבוד, און דערווייל האלט אין איין ארויף ברענגען דען אשכול אויוון אהןץ ווייל ער איז צו פויל אנצוהייבן א צווייטן אשכול.

היפאקריט איז אויך איינער וואס שרייט אז סשאט ינענמס טרערן אפילו מטוט כדין
 ווען ער אליין שרייבט

"די גמרות וואס די ברענגסט ברענגען טאקע ארויס זעהר גוט, אז ווען איינער טוט אן איסור, ווי מצער זיין א מענטש "שלא כדין" איז עס מעסער וכדברי באטשי בשם ר' חיים, הן פנינה האט געטשעפעט חנה, הן ר' רחומי האט עובר געווען אויף די מצוה פין עונהדי גמרות וואס די ברענגסט ברענגען טאקע ארויס זעהר גוט, אז ווען איינער טוט אן איסור, ווי מצער זיין א מענטש "שלא כדין" איז עס מעסער וכדברי באטשי בשם ר' חיים, הן פנינה האט געטשעפעט חנה, הן ר' רחומי האט עובר געווען אויף די מצוה פין עונה"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/3/2007 20:51 לינק ישיר 

דער אשכול איז געשלאסען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעשה שהיה אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.