בית פורומים כל העולם כולו

מוסדות הק' בווילי: נדבה פון 5 מיליאן דאללער!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/3/2007 22:41 לינק ישיר 
מוסדות הק' בווילי: נדבה פון 5 מיליאן דאללער!

די מוסדות הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר בווילי, האבן נעכטן נאכט ערהאלטען א נדבה פונעם ריזיגען סכום פון 5 מ י ל י א ן  ד א ל ל ע ר ! ! !

הרבני הנגיד המרומם רבי ישעי' וואלף לעוו שליט"א ראש הקהלה דקהל יטב לב דסאטמאר בלאנדאן, האט נעכטן נאכט אראפ געלייגט א שטעק פאר כ"ק רבינו שליט"א פון די גאנצע 5 מיליאן דאללער!

רבי ישעי' וואלף שליט"א האט דאס געבען אלס דעפאזיט, ער האט געזאגט פאר רבינו שליט"א אז עס וועט זיין נאך אי"ה.

רבי ישעי' וואלף שליט"א האט שוין געבען פאר די מוסדות הק' א האלבע מיליאן דאללער ביים עפענען די מוסדות הק'.

עס איז די גרעסטע נתינה וואס א חריידישער איד האט אמאל געבען אויף איינמאל פאר צדקה!!!

כדאי צו באמערקען אז רבי ישעי' וואלף שליט"א בויעט יעצט איבער די צענטראלער סאטמאר ביהמ"ד אין לאנדאן אויף קלעפטאן קאמאן, און עס וועט זיין אי"ה לשם ולתפארת.

תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די וועלט וואונשטען פאר דעם חשובן ראש הקהל רבי ישעי' וואלף שליט"א, געזינט נחת און הרחבת הדעת עדי נזכה לביאת מלכא משיחא ומלכנו בראשינו!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2007 22:55 לינק ישיר 

 א שיינע איינגאבע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/3/2007 23:20 לינק ישיר 

דעטס איט? וואס א ביטערער דארעכפאל, חיים העללער האט דאך גישריגן אז ער נעמט פין עם נישט קיים פעני ווייניגער פין 16 מיליון דאלאר, וואס ער דארף פאר דעם ווייט עוועניו בילדינג, זעט אויס אז 5 מיליון איז מער ווי 16 מיליון,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2007 23:35 לינק ישיר 

שחמט, איך האב דיר צוויי ווערטער "פלוץ יפלוצון".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/3/2007 23:38 לינק ישיר 

די איבעריגע 11 מיליאן געט ער פאר זאלי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 00:16 לינק ישיר 

די שיכור.

דער עושר דונאר פון לאנדאן האט געגעבן פאר אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב איבער צען מיליאן דאלאר.

די פרישוואסער עשירים האבן שוין געגעבן צוויי מאל דאפעלט פון דעם.

דער עושר גוטניק האט שוין געגעבן פער 20 מאל 5 מיליאן דאלאר פאר ליובאוויטש.

דער ראשקעבאה"ג האט גע'בוכה'ט פאר דעם קארגען חזיר לעוו אז ער זאל רחמנות האבן אויף אים ווייל ער כאפט א נערווען בראך. און ערשט פארציילן די לאנדאנער אידן בסוד סודות אז די 5 מיליאן דאלאר איז גאר א הלואה'לע...

שור, וועגן דעם קוקט עטס אויס אזוי ! לוזערס שבלוזערס מיט דעם הולך בערכאות בראש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 00:28 לינק ישיר 

איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/3/2007 00:38 לינק ישיר 

שייע וואלף לעוו האט נאכנישט זוכה געווען צו געבן א פרוטה פאר צדקה אין זיין לעבן.
ער איז א טאקע א מיליאנער, אבער ער האט סאטמאר מיט דעם הולך בערכאות טיף טיף אינדערערד.

ער איז דער קארגסטער איד אויף דער וועלט, און נאך 8 חדשים פארפירן האט ער בלויז געגעבן א פארשטיקענע הלואה. די ארונימ'לעך מיינען אז מיט דעם וואס זיי וועלן דא שרייבן אז שייע וואלףך לעוו האט געגעבן 5 מעלאנס וועט ער אפשר ווייכער ווערן.

א פינסטערער חלום. א הלואה האט ער ציגעזאגט, קיין פיאסטער האט ער נישט געגעבן ביז היינט, מאכטס משוגע א צווייטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 00:50 לינק ישיר 

נאר שלום יוסף בראך מיט ביגדור יאקאבאוויטש טיילן צדקה...

אגב האט ר' ישעי' וואלף שליט"א אויפגעבויעט

די צענטראלע סאטמאר ביהמ"ד אין לאנדאן אויף קלעפטאן קאמאן.
 
די הערליכע סאטמאר שמחה זאל ישמח לב.

די בנין פון די סאטמאר עלעמענטרי מיידל שולע אין לאנדאן.

א שטאק אינעם בנין מוסדות יטב לב דסאטמאר אין ירושלים עיה"ק.

א שער אינעם בנין הישיבה שער התורה דסאטמאר אין קווינס.

און נאך

און נאך אסאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 02:15 לינק ישיר 

געהערט א גוטס:

הרב גדלי' עסטרייכער זאגט, אז מיט די "נתינות" פון ר' ישעי' וואלף קען ער זיך נאך פארמעסטן, אבער נישט מיט זיינע "הבטחות"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/3/2007 07:05 לינק ישיר 

שור
האט ער פארלאנגט אז די בנינים מיזען בלייבען אויף זיין נאמען אזוי ווי די זאלי נדבנים (יאקאבאוויטש -זופניק)טיען ווייל זיי טראסטען נישט א טייטעלבוים ?
אדער האט ער דאס געגעבען אזוי ווי אלע סאטמערע פילאנטראפען פלעגען געבען בתשיאת חן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 18:22 לינק ישיר 

גאסט די שרייבסט זייער ווילד אין זייער נישט איידל, פארואס זאל איך פלוץ יפליצין, ווייל ר' שייע וואלף האט גיגעבן אסאך ווייניגער ווי מען האט זיך גירישט, זאל מנחם גרשון פלאצן וואס ער צאלט יעדן חודש קנס פאר ווייט עוועניו 120,000 דאלאר, מיך גייט דאס ווייניג אן, די ווייסט דאך אז איך בין נישט א ארוני אין נישט א זאלי, איך בין נייטראל, אבער ווען איך האב גיהערט אז ר' שייע וואלף האט גיגעבן נאר 5 מיליון דלאר האב איך דאס נישט גיקינעט גלייבן, איך האב אליין גיהערט פין חיים העללער אין קאנטינענטל ביי א חתונה אז שייע וואלף איז שוין מסכים צו געבן 10 מיליון אבער מען וויל נישט נעמען קיין פעני ווייניגר פין 16 מיליון אין דא אזא דורכפאל מע מיז זיך באגעניגן מיט 5 מיליון דאלאר, זעט אויס אז די ארונים געווינען ביי יעדע דורעכפאל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 19:12 לינק ישיר 

שחמט איך זעה אז ס'איז טאקע פלוץ יפלוצין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 19:26 לינק ישיר 

אז די זאגסט אז די זעסט מסתמה איז עס אמת, איך זע נישט ווייל איך דאווען נישט אין הופפער אבער איך בין זיכער אז די וואס דאווענען דארט זעען די פלוץ יפלצון אין איך פארשדטיי פארוואס אזוי ווי איך שוין גישריבן, גאסט אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו אויב די וואלסט געווען אין די הנהלה וואלסטי אויך געפלוץ יפלצון, ווען מע רישט זיך אויף 16 אין מע באקומט נאר 5 איז פארשטענליך אז מע פלאצט, אויזער אויב 5 איז מער פין 16,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 19:42 לינק ישיר 

איך האב זייער מורא אז ר' ישעי' וואלף איז א שטילער זאלי.

אזוי צו ציפיקסן די אהרונים? ער האט זיי געגעבן נאר 5 מיליאן דאלאר?

_______________________
איך קען דערליידן שחמט, אבער איך קען נישט דערליידן שחמט וואס רעדט ווי א פערד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/3/2007 23:00 לינק ישיר 

שרעקעדיגע נייעס.

ווען די עסקנים זענען צוריק געקומען פון לאנדדאן מיט די רענצלאך פיל מיט די מעלאנעס זענען זיי אפ געשטעלט געווארן ביי די קאסטומס און די גאנצע געלט איז צוגענומען געווארן, ווייל מען האט עס נישט געהאט איינגעגעבן.

שרעקעדיג שרעקעדיג.

אזוי האב איך געחלומט די נאכט, אבער ווען איך האב מיך אויפגעוועקט אינדרפרי האב איך געדאנקט דעם אויבערשטן הודו לה' כי טוב אז סאיז נאר געווען א חלום און ישעי' וואלף האט נאר צוריק געשיקט רענצלעך פיל מיט הבטחות אבער נישט קיין געלט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מוסדות הק' בווילי: נדבה פון 5 מיליאן דאללער!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext