| נשלח ב-15/3/2007 10:15 |
|
| |
זייענן אונזערע קינדער צו אויפגעקלערט
איך האב געליינט אן ארטיקעל אז די אפגעזונדערטקייט פון אונזערע קינדער ברענגט פראבלעמען ווען מען גייט ארויס אויף די גאס,
וואס האלט איר דארף מען זיי מער אויפקלערען?
תוקן על ידי אבימלעבט ב- 15/03/2007 10:16:42
תוקן על ידי אבימלעבט ב- 15/03/2007 10:18:21
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 18:18 |
|
| |
וואס האט אויפקלערן?
די האלסט דיך פאר אויפגעקלערט? ביסט אונגעליינט למשל?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 19:47 |
|
| |
אונזערע קינדער זענען טאקע מער אויפגעקלערט ווי מיר זענען געווען אין זייערע יארן. אבער סא וואט? כ'האלט אז ס'איז א גוטע זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 22:57 |
|
| |
עס זיינען דא וואס טענה'ן בשם ר' יעקב קאמענעצקי זצ"ל אז עס איז נישט גוט אז קינדער זיינען נישט צוגעגרייט פאר די דרויסענדיקע וועלט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 23:00 |
|
| |
וואס איז אזוי גיט אז זיי זענענ אויפגעקלערט?!?!
_________________
Support our troops
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 23:09 |
|
| |
איך האב געהערט א גוטע סברה פארוואס רוב אפגעפארענע זיינען נידריגע חברה, ווייל מען לערענט אויס אין חדר אז אלע גויים זיינען נידריג, ממילא אז מען וויל זיין א גוי ווערט מען א נידריגער גוי,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 02:01 |
|
| |
אבי מען לעבן
זיי מסביר וואס מיינט אויפגעקלערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 02:39 |
|
| |
צו פארשטיין די אויפאסונגען און דיעות פון די סעקולערע וועלט, למשל אוועלוציע, סאציאלע צוזאמענלעבען, זייער אמונות און פארוואס זיי זיינען פאלש, אלגעמיינע היסטאריע, סייענס וכו'
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 04:09 |
|
| |
אבי מלעבט
אונזערע קינדער "אויפגעקלערטקייט" מאכט איין גרויסן פראבלעם.
מיר רעדן נישט זייער שפראך.
פארדעהם טאקע מוז מען היינט אריין לייגן מעהר כוחות אין חינוך ווי אמאהל. דו מוזט זיך פשוט אויסלערנען צו רעדן זייער שפראך אנישט איז פונקט ווי דו ווילסט מחנך זיין א יונגל וואס רעדט נאר ענגליש דורל דעדן צו איהם יידיש.
רעד זיך נישט איין אבער אז דו וועסט קענען פארמיידן קינדער פון ווערן "אויפגעקלערט".
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 06:34 |
|
| |
ווי לאנג די קינדער פרעגען שאלות שטייען מיר גוט ווען זיי הערן אויף צו פרעגען דעמאלט ווייסט מען אז די קינדער ווייסען שוין אלעס.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 16:59 |
|
| |
איך האב נישט באמערקט אז די אויפגעקלערטע קינדער זאלן אויסוואקסן עפעס שענער און בעסער ווי די וואס זענען געוואקסן תמימות'דיג
פארשטייט זיך אז פארבינדן די אויגן פון קינדער, און פארדעקן זייערע אויערן, זיי אפרייסן פון סאסייעטי, און האלטן אפגעזונדערט פון די מענטשהייט, און זיך איינרעדן אז מיט דעם גייען זיי וואקסן ווי פאר הונדערט יאר צוריק, דאס איז א שווערער טעות, און פיל מאל זענען די פאלגן דערפון גאר נישט קיין גוטע.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 17:03 |
|
| |
דאס ווארט "אויפגעקלערט" איז זייער א ברייטע מושג, און קען מיינען אסאך זאכן, חז"ל האבן אונז געלערנט "חנוך לנער על פי דרכו", יעדע קינד דארץ מען באהאנדלן מיט קאסטום טעילארד חינוך און צוגאנג.
בדרך אגב, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער די גאס קלערט היינט יעדן אויף, ס'איז לדעתי א שאד דאס רעדן פון דעם ענין אינגאנצן..
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 18:09 |
|
| |
פארוואס ווערט ענגליש פארנאכלעסיגט אין די היימישע חדרים?
i tink so yes
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 18:23 |
|
| |
אבער די גאס קלערט היינט יעדן אויף, ס'איז לדעתי א שאד דאס רעדן פון דעם ענין אינגאנצן..
EMT: דאס איז טאקע די נידון, זאל מען דאס לאזען פאר די גאס אדער זאל דאס זיין די אויפגאבע פון די עלטערן\מחנכים.
די תשובה דארף קומען פון גדולי ישראל מוט אן אחרית און וואס פארשטיין צו חונך און יארע 2000
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 20:20 |
|
| |
אבימלעבט,
רעדסטו פון די ארטיקעל וואס הערשל פריעד האט געשריבען אין חקירה אויף ענגליש
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 21:19 |
|
| |
ברנג א לינק, ביטע
|
|
|
|
|