|
|
| נשלח ב-18/3/2007 21:37 |
|
| |
אומגלובליך אומגלובליך אומגלובליך אומגלובליך
דאס איינע לימוד זכות וואס איך קען זאגן, מעגליך גאר אז זיי האלטן יעצט נאכן נאכשרייען מענטשען "שאאאבעעעעת" עס טוט זי נעבעך זייער וויי ווען יודן טראגען מיט א עירוב וואס רבנים יושבי על מדין האבן מתיר געווען, קומען זיי אויס געבען זייער ווייטאג, אין כעס, אין די ארונישע בתי מדרשים אין אפפלוקן זייערע צעטליך,
מען זעט טאקע וויי איינער צישמייכלט זיך נאכן פליקן אין ציקנייטשען די צעטליך קוקט אויס אז ער האט זיך שוין בארואיגט, אין קען שוין גיין ווייטער שרייען "שאאאבעעעעת".
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 21:48 |
|
| |
עס קומט יעצט פאר א דרינגענדע מיטונג פון מר. יודעלע אין מר. שחמט וכל שום וחניכה דאית לי', ווי אזוי אפציענטפערן די שרעקליכע אטאקעס וואס די גאנצע גאס שטינקט פון די אפענע חילול שבת די זאלי בריונים....
האבטס געדולט.......
תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 18/03/2007 21:49:39
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 21:55 |
|
| |
קימען די בערקאוויטש'ס פין וויליאמסבורג, בנים פין דעם באקאנטען מחרחר ריב אויף דעם בירך משה רבי, א פלאם פיערדיגער חסיד פין הג' מז"ל אויף א ברידערס אויפריף אין איינוועגס זענען זיי מקנא קנאת ה' אין זענען מחלל שבת מיט רייסען פלאקאטען בעצם יום השבת אזוי ווי די קווינסער בחורים האבען געטיהן אין בעלזער ביהמ"ד אין מאנסי
דער עיקר אז מען זאל נישט טראגען מיט דעם עירוב
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 22:06 |
|
| |
שקר גמור זיי האבן נישט געריסן קיין צעטלעך זיי האבן פלעין ארויס גענומען פין די באקס ווי סליגן די צעטליך אין דאס איז בכלל נישט אסור איר זענט פלעין מוציא שם רע אין מלבין פני חברו ברבים וואס איז אין לו חלק לעולם הבא, אבער יעצט זעט מען די געמיינע ארונים וואס האבן געשריגן אין פארפירט אקעגן די ווידיא אי גרויסן בית המדרש אויף רודני אין יעצט האט זיך ארויס געוויזן אז זיי זענען גאר די שקצים אין ריזיגע היפאקריטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 22:18 |
|
| |
זיי מיזען נישט אראפרייסען א עפעל פין בוים שבת זיי מיזען נאר עס אראפנעמען אין קענען בלייבען עהרליכע זאליס וואס נאר דער איסור פין עירוב אין אהרן שטייט אין די עשרת הדברות
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 22:55 |
|
| |
זיי האבן אראפ געריסען די גרויסע צעטעל פון קהל, וואס האט געהאנגען אין אלע סאטמאר בתי מדרשים אין ב"פ, ווי זיי שרייבן דארט קעגן ר' חיים דוד כ"ץ וואס ער טוט אלס קעגן די הייליגע קהלה און די מוסדות הק', ובפרט מיט זיינע מסירות רח"ל.
דאס האבן זיי אראפגעריסען אין סאמען הייליגן שב"ק!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 23:16 |
|
| |
תוקן על ידי Jetblue ב- 18/03/2007 23:18:40
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 23:26 |
|
| |
מר. שחמט כ'האב געוויסט אז עפעס וועסטו מוזן ענטפערן אבער כ'האב מיך נישט גערישט אויף אזאנע טפשות.
אפשר ביסטו מסביר וואס מיינט פלעין ארויס גענומען פין די באקס מען זעהט דאך קלאר ווי ער רייסט אויף די סקאטשטעפ, אין צווייטענס ווי פארגלייכסטו דעס צי ענקער חילול שבת אין ראדני ווי מען האט ארום געריקט דעם לענס אין געדריקט באטענס, גערדט אויפן סעל פאן בריש גלי רח"ל, דא ריקט נישט קיינער גארנישט, אין דריטענס שריי היפאקריטן ביז איבערמארגען פאקטיש רייסן ענק צעטליך עטץ זענטס מחלל שבת אין נאך דעם גייט עטץ שרייען אופן גאס שבת??? איז דאס נישט קיין היפאקראטיע????
אנטשולדיג יודעלע כ'מיין שחמט קום אויף מיט עפעס בעסערס וואס זאל באפרידיגן ענקערע נאכשלעפערס ווייל היינט קען איך נישט טרעפן קיין זאלי פאר קיין רפואה זיי באהאלטן זיך אין די מויזן לעכער.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 23:31 |
|
| |
אידעלע
דעם ישר כוח ששברת זאגט מען טאקע אויף דעם אז מען האט ארויס געווארפן איינעם וואס איז מחלל די תורה אין גראבט אינטער די הייליגע קהילה מיט אירע מוסדות.
איז אז מען רייסט אראפ דעם צעטעל אין מען נעמט זיך אן פאר אזא איינעם איז דאס חילול שבת ציזומען מיט חילול התורה רח"ל...
תוקן על ידי העטעכפעטעך ב- 18/03/2007 23:31:50
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 23:55 |
|
| |
העטעךפעטעך אינטרעסנט טראגן אים שבת אין א רשות הרבים דאורייתא אן א עירוב איז ביי ענק מותר לכתחילה רוב ארונים טראגן אין ווילימסבורג צי בצינאה אדער בפרהסי' אין אויב שרייט מען מחללי מות יומת איז אחת דתו, אבער אויף קלעבן סקאטש טעיפ וואס לויט רוב פוסקים איז מותר לכתחילה ווייל סאיז נאר דארט צייטווייליג אין סאיז געמאכט אראפ צונעמען סאיז פונקט ווי אויף בינדן די שיך בענדלעך וואס לויט רוב פוסקים איז מותר לכתחילה אין אפילו לויט די וואס אסרן זענען זיי אויך מתיר כלאחר יד אין מעזעט קלאר אז זיי האבן דאס אראפ גענומען מיט ד לינקע האנט אין איר האט די חוצפה צו שרייען מחללי שבת, די היפאקריטיע שרייט ארויס פין ענק. וואס איז מיט המבזה תלמוד חכם אין לו תרופה למכתו?. די רייסערס האבן מקנא געווען קנאת השם צבקות, זיי זענען מקדשי השם, אין מיר זענען טאלץ מיט זיי,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:06 |
|
| |
אין דאס איז דער זעלבע טעם פארוואס מען האט געמעגט רייסען דעם עירוב אים שבת
ביי דע וועי זעט מען ווי ער פליקט דעם גרויסען צעטעל אין מיטען
קיק נאך אמאל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:15 |
|
| |
whats the problem with taking off a poster shaboss? i saw the Puper ruv shlit"a take off a poster in his shul on bedford ave in front of alot of people, it was when they made the revolving door for the mikva and they had a poster saying that whoever doesnt pay before shaboss for the mikva shabos is a "ganev" puper ruv took the poster off.
either way, even if you will find a Issur on it, they did the right thing, on a poster like this it is mitur to tear your clothing "KREA" on shaboss not just tear a poster down.
it is a kidush hashem what they did, and this clip brings pride to them, their family and the whole satmar community, even aroinim that hold from hgh"ts reb chaim duvid katz shlit"a
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:19 |
|
| |
עטס מעגטס האבן ווידיא, עוטס מעגסט האבן דעם אינערנעט.
דעם דעת הקהל האט עס נישט.
רוב רובם פון תלמידי וחסידי סאטמאר זענען קעגן די מעשה רשעות וואס דער ראשקעבאהאג טוט אין בארא פארק און איבעראל.
אלע ערנסטע רבנים פון גאנץ בארא פארק און וויליאמסבורג דרוקן אויס סימאפטיע מיט הגה"צ המפורסם דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, וחבר הביד"ץ דסאטמאר.
ענקערע שייגעץ שטיק וועט ענק נאר פירן טיפער אין שאול תחתית.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:19 |
|
| |
שחמט מאך דיך נישט תאמע וואטע ווען איינער פאלגט א פסק פון א דיין א מורה הוראה בישראל פאר צענדליגע יארן ווערט ער נישט א מחלל שבת אפילו ווען עס איז דא מענטשען וואס פאר פאליטישע אינטערסן זאגן אנדערש, אבער רייסען צעטליך אין רעדן אויף א סעלפאן האט נאך קיין איין דיין נישט מתיר געווען אין דאס איז ריכטיגע חילול שבת רח"ל אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלומה, עטץ ווילטץ נעבעך מטהר זיין דעם שרץ מיט ק"נ טעמים קומסט מיט נערישע למדנות וואס פאסט טאקע פאר ענקער שטריק, אבער די וועלט קענט עטץ נישט אפקויפן מיט ענקערע שטותים,
כוועל איבער שרייבן מיינע פריערדיגע ווערטער.
דעם ישר כוח ששברת זאגט מען טאקע אויף דעם אז מען האט ארויס געווארפן איינעם וואס איז מחלל די תורה אין גראבט אינטער די הייליגע קהילה מיט אירע מוסדות.
איז אז מען רייסט אראפ דעם צעטעל אין מען נעמט זיך אן פאר אזא איינעם איז דאס חילול שבת ציזומען מיט חילול התורה רח"ל...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/3/2007 00:43 |
|
| |
hetech petech:
to stick up for r' aron t"b and weltz and r' berish meisels' and yossi brach is KVOD HATORA
to stick up for the bairach moshe, rava"d, rz"l filup, rsh"l weinberger, r' ch"d katz is CHILUL HATORA
al ze omar hakosiv HETECH PETECH
|
|
|
|
|