הרב שטראסער, דער דיין פון נייטרא בארא פארק האט ארויסגעגעבן א בריוו אין וועלכן ער צייגט אויף אז דוד ראזענבערג איז א צווייטער נחום ראזענבערג
דוד ראזענבערג זאגט אז אין אריזאנא קען נישט וואקסן, און די ווייץ וואקסט בדרך נס.
הרב שטראסער ענטעפרט: סאטמארער רבי זצ"ל האט אויך גענוצט די ווייץ אין תשל"א, אויך האט ער גענוצט א לולב פון דארט, און אויב ס'איז געווען בדרך נס, וויאזוי האט ער געמאכט א ברכה דערויף.
דוד ראזענבערג טענה'ט צוריק אז אריזאנא ווייץ האט אנדערע כעמיקאלן.
הרב שטראסער ענטפערט: קיין שום כעמיקאלן ווערן נישט אריינגעלייגט. אלעס איז 100 פראצענט נאטירליך.
הקיצור, הרב שטראסער צעמאלט ראזענבערג מיט ריחיים של יד... אז עס בלייבט גארנישט איבערג פון ראזענבערג
|
|