בית פורומים כל העולם כולו

פרסום כתב מכירת חמץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/3/2007 18:08 לינק ישיר 
פרסום כתב מכירת חמץ

איך ווינדער מיך יעדעס יאר פארוואס ביי אונזער היימישן עולם איז נישט איינגעפירט
מפרסם צו זיין דעם שטר מכירת חמץ פון די געשעפטן, איך קויף איין למשל אין א געשעפט
וואס האט צוויי שותפים בעלי בתים, און יעדעס יאר נאך פסח טראכט איך צו מיר
קען דען זיך נישט טרעפן אז בטעות זאלן זיי פארגעסן צו פארקויפן דעם חמץ,
איינער האט זיך פארלאזט אויפן צווייטן און למעשה האט קיינער נישט פארקויפט דעם חמץ,
און להלכה דארף מען דאן מבער זיין דעם חמץ שעבר עליו הפסח, און דאס איז א גרויסער שאדן,
און א געוואלדיגער נסיון, איז פארוואס דארף נישט זיין אויף די וואנט א קאפי פונעם כתב
מכירה ווי דער רב שרייבט אינטער אז דער און דער איז געווען ביי מיר און פארקויפט דעם חמץ.
אויף אסאך קלענערע עווענטועלע מכשולות פארלאנגט מען א הכשר פון א רב, כאטשיג דארט
דארף מען חושד זיין אז דער סוחר וועט עובר זיין במזיד וואס רוב אידן זענען אויף דעם נישט חשוד,
עם כל זה פארלאנגט מען א הכשר פון א רב,
און דא ווי עס קען זיך טרעפן אז בשוגג זאל מען פארגעסן און נישט פארקויפט דעם חמץ,
דא טראסט מען דעם סוחר כאטש דער נסיון און דער שאדן איז געוואלדיג גרויס.

אזוי אויך ביי די האלסעילערס וואס האבן מאגאזינען פיל מיט חמץ גמור, מאן יימר לן אז זיי
האבן נישט בטעות פארגעסן צו פארקויפן, איינער האט געזאגט פארן שיתוף אז היי יאר וועסטו
דאס פארקויפן, און ער האט פארשטאנען אז ער וועט דאס פארקויפן און למעשה א טאג נאך פסח
אדער גאר אינמיטן פסח כאפט מען זיך, אוי וויי, מען האט דאס נישט פארקויפט,

אדער גאר ביים פארט ליגט צויי קאנטעינארס מיט חמץ גמור און מען האט דאס פשוט פארגעסן
אריין צו שרייבן אונעם שטר מכירה, נו, האט מען א נסיון פון עטלעכע צענדליגע טויזענטער דאלאר,
קען מען זיי טראסטן?, פארוואס זאל מען נישט דארפן א געהעריגע כתב פון א רב אז די
מכירה איז געמאכט געווארן כדת וכדין.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2007 18:37 לינק ישיר 

אונז היימישע קויפן דאך סיי ווי נישט קיין חמץ גמור, אפי' אויב ס'פארקויפט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2007 18:53 לינק ישיר 

מקוה איד.
כאפ נאר א שמועס מיט דיין גראסערי מאן וועסטו געוואויר ווערן אז דו לעבסט אין א טעות,
אמת, אסאך פראדאקטן ווערן פאברעצירט תיכף נאך פסח, און פארמאגן אויף זיך א סטיקער 
אז דאס איז געבאקן נאך פסח, אבער פיל פראדאקטן ווערן פארקויפט כדת וכדין 
במקום שיש הפסד מרובה און דער היימישער עולם נוצט דאס ביודעין און אפשר בלא יודעין,
וואס מיינסטו באהאלט דער בעל הגראסערי אינטער די ווייסע גרויסע פלעסטיג טישטיכער 
מיט וואס ער באדעקט גאנצע רייעס מיט שעלףס, וואס מיינסטו באהאלט ער דארט? געב נאר א שטיקל פיק אריין וועסטו זעהן וואס דארט ליגט, גאנצע שעךפס מיט פרעצל, וועיפערס, קרעקערס
וכו', און ווער מיינסטו קויפט דאס, איך און דו און אלע היימישע אידן, , צו פאר ל"ג בעומר צו
נאך ל"ג בעומר, אלעס פאלט אריין צו היימישע אידן, און אויב איז דאס זיכער פארקויפט אין חמץ
איז נישט קיין פראבלעם, אדרבה עס איז דא פרומע אידן וואס לויפן אראפ מוצאי פסח
כאפן די סחורה פון די פאליצעס כדי זיכער צו מאכן אז די סחורה וואס זיי קויפן זענען זיכער
געווען פארקויפט פאר א גוי כדת וכדין און איז נישט געווען ברשות א האלסעילער וואס איז
אפשר א מחלל שבת און האט זיינע סחורות נישט פארקויפט אין חמץ, אדרבה פרעג דיך
נאך ביי די היימישע גראסעריס,  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/3/2007 19:43 לינק ישיר 

די מעשה איז אזוי, וואסי טאקע פשט אז בלויז א חודש צוויי איז מען מקפיד אויף די סטיקערס, ס'זענען דאך דא פראדוקטן וואס קען זיך האלטן פאר סך לענגער, ס'דא וואס האלטן זיך פריש פאר 12 חדשים, פאר די סארט פראדוקטן וואלט מען געדארפט חושש א גאנץ יאר צו סיז געבאקן נאך פסח, איך זעה נישט מ'זאל, הלמאי?

נאר ווייל למעשה אויב די חמץ איז פארקויפט, איז די סטיקער בלויז א חומרא, ווייל מעיקר הדין אויב ס'פארקויפט איז לכל הדעות נישט קיין חמץ שעה"פ. נאר וויבאלד מ'איז מחמיר נישט צו פארקויפן קיין חמץ גמור, רעכנט מען עס ווי חשעה"פ.

יעצט ווילאנג מ'קען מחמיר זיין איז מען מחמיר, אבער נאך אפאר חדשים פארלאזט מען זיך אז אדער איז עס פריש פון נאך פסח אדער איז עס געווען פארקויפט.

אויב אבער איז די חמץ קיינמאל פארקויפט געווארן איז אסור מעיקר הדין לכל הדעות לעולם ועד, און מ'דארף עס מבער זיין, וועגן דעם מיינעך אז ס'זענען דא טאקע וואס זענען זיך מונע פון קויפען קיין חמץ גמור "א גאנץ יאר", פראדוקטן וואס פרעזערווירן זיך לאנג, סיידן זיי ווייסן קלאר פאר וועם דער גראסערי מאן האט פארקויפט די חמץ.

בקיצור, האסט א וועליד פוינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרסום כתב מכירת חמץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext