|
|
| נשלח ב-20/3/2007 01:42 |
|
| |
באמת האב איך נישט געפלאנט זיך אנצורופן דא. נאך אלעם קען איך אויך נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
אבער ס'איז ממש צו שטוינען פון די וואנזיניגע פערדעריי מיט וואס איך דארף זיך דא באגעגענען.
האט סאטמארער רבי געבעטן עפעס פון מיעל-מארט?
דער סאטמארער רבי שליט"א ארבעט שוין יארן לאנג אהערצושטעלן אן אייגענע שחיטה אויסשליסליך אונטער זיין קאנטראל. אנגעהויבן מיט א שחיטה פאר עופות - וואס עס איז מעגליך אהערצושטעלן אין ניו יארק - און וואס בחסדי ה' איז זיין לאניעריגער שטרעבונג צושטאנד געקומען דורך זיינע געטרייע שלוחים פון ועד הקרי', ובראשם הרה"ח ר' מאיר הירש שליט"א און הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין ני"ו.
היינט צו טאג איז די קרית יואל'ער שחיטה די שחיטה אין גאנץ ניו יארק. אין אלע שיכטן און קרייזן ווייסט מען אז פלייש פון קרית יואל איז דאס מערסטע מהודר. א פאקט וואס האט געשטעלט אן אומגלויבליכער דילעמא פאר די אנפירער פונעם בית השחיטה, וועלכע זענען בכלל נישט געווען גערישט אויף אזא מעטאארישן שפרונג, און היינט קען מען פשוט נישט נאכקומען דעם פארלאנג.
דאס זעלבע וועט אי"ה זיין מיט די סאטמארער שחיטה אויף בהמות - וואס דאס איז שוין אוממעגליך צו אויספירן אין ניו יארק. עס וועט אי"ה ביז געציילטע יארן זיין די מהודר'דיגסטע פלייש אין גאנץ ניו יארק. פונקט ווי די עופות.
סיי מיעל-מארט און סיי רובאשקין ווייסן פון דעם סוד, און דערפאר שפרינגען זיי. סאטמארער רבי איז גארנישט שולדיג אז ביידע רייסן זיך נאך אים.
אזויפיל בעט איך דיר אידעלע. ווען די שחיטה וועט צושטאנד קומען זאלסטו ביטע מקפיד זיין נישט צו עסן פון די דאזיגע פלייש. אפשר אזוי וועט מיר געלונגען צו באקומען באק פלייש כאטש איינמאל א חודש...
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 03:08 |
|
| |
קרית יואל'ע שחיטה איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער.
דריי מיר נישט קיין קאפ מיט קיין הידורים, איך זעה נישט אז יאוואזשנער רב זאל מקפיד זיין צו עסן קרית יואל'ער פלייש,
איך זעה נישט אז הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א זאל עס זוכן צו עסן.
איך זעה אז ארונימלעך ווילן עס עסן, אלס פארטיי אויס. געזונטערהייט. מיט קיין חומרות און אידישקייט האט עס לגמרי גארניקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 03:57 |
|
| |
געגאנגען,
דאס הייסט אז די סטראשעסט די גענז, דער ראשקעבאהא"ג וועט עפענען אייגענע שחיטה פאר גסות (נוסח פינקעל)
וועמען ארט עס, עפענטס ענק בית השחיטות, און אזוי וועלן אלע כשר'ע און פיינע יאקעס פטור ווערן פון דעם פראבלעם וואס ריפט זיך "ר' אהרן טייטלבוים קרענק".
דער גאנצער פראבלעם יעצט, איז נאר ווייל דער ראשקעבאהא"ג סטראשעט... זאל ער שוין איינמאל פאר אלעמאל עפענען און מיר וועלן שוין פטור ווערן פון אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 15:48 |
|
| |
אידעלע אויב דיין מצב יעצט הייסט רואיג דאן וואס הייסט שפרינגען???
למעשה דערזעהן זיך די זאליס אין א שווערע פראבלעם, מהרז"ל וואס וויל זיך דערקלערן אלס סאטמארע רבי דורך גנבענען דעם רבינס הויז (עכ"פ אויף דערווייל וד"ל), אין למעשה קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט,ער איז אויסגעשפיגן פון יעדען רעכט דענקיגער מענטש בכלל און אין די רבנישע וועלט בפרט, אין הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א וויאנט אין מאנרא אין די גאנצע וועלט דרייט זיך מיט זיינע פסקים הידורים חומרות אזש עס קען זיך נאך איינעם דאכטען אז ער איז די עכטע סאטמארע רבי, עכ"פ איך פארשטיי אידעלע שחמט דיין פראבלעם.
איך ווייס אז אידעלע שחמט וועט נישט שולדיג בלייבן ער וועט עפענען א קיתון של שופכין מיט ניבול פה אין ליצנות ווי למשל ראשקעבעהא"ג חורינער רומאניטין וכו' ווי זיין שטייגער ווייל עפעס אנדערש האט ער נישט אבער עס גייט מיך נישט אן דעם אמת דארף מען שרייבן אין ירא הקהל וישפוט.....
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 27/03/2007 23:17:44
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 16:37 |
|
| |
איך האלט זיך ביי די זייטן, ווייל עס טוט דיר וויי אז מיעל מארט האלט נישט ביים נעמען קיין שום הוראות פונעם הולך בערכאות.
יא עס טוט דיר וויי, און איך פארשטיי דיך. די דארפסט אבער פארשטיין אז עס קען נישט פירן די וועלט איינער וואס לא קרא ולא שנה ולא שמש תלמידי חכמים ווי דער ראשקעבאהא"ג דיינער.
מיעל מארט האט קלאר געזאגט אז "מפטירין כדאתמול". און דער ראשקעבאהא"ג קען זיך עפענען אייגענע בית השחיטות, פאר גסות און דקות, עופות און טערקי, אבער קיינער וועט זיך נישט ברעכן פאר זיין טעראר.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 16:40 |
|
| |
אידעלע האסט איין פראבלעם........
ליידער... ליידער.... לדאבונך.... ביסטו נישט די ענדגילטיגע באשלוס מאכער פון מיעל מארט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 06:04 |
|
| |
מאיר הירש האט קלאר געזאגט פאר "פרעש ענד העלטי" אז ער האלט נישט ביים איבערלאזן גאלדען פלאו, ווייל "פרעש ענד העלטי" איז א שוואכע קוואליטי וואס וועט גאנץ שנעל נישט עקזיסטירן! און לגבי דעם פלייש: מיר ווארטן שוין אז מאנראו זאל אנהויבן נעמען פלייש פון רובאשקין. איי וועט ער א טובה טאן פאר סאטמאר!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 05:51 |
|
| |
למען האמת וויל איך נישט אז זאל זי טאקע טועה זיין אז דאס וואס אידעלע זאגט איז אמת לגבי פרעש ענד העלטי און ק"י מוסדות
די בעלי בתים פון פרעש ענד העלטי זענען געזיצן ביי א מיטינג וואס ר' מאיר הירש האט פארופן און אזוי ווי ??? האט געזאגט אז זיי קענען דערווייל נישט נאכקומען די פארלאנג
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 06:58 |
|
| |
Yidala make up your mind its good for Zali that
satmar takes from rubashkin or not? Here you claim
that you are waiting we should take from them and
its will be better for you, in a other ashkol you
cry hayituchen the rabe haket inter the satmar
meat, is he building or destroying the your satmar
meat?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 18:29 |
|
| |
נעכטן האבן די בעלי בתים פון מיל מארט באפוילן פאר כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
אז זיי נעמען אן זיינע רעקאמענדציעס, און אויף אלע 9 געביטן וועט מען אנעמען אלע
אנווייזונגען פונעם רבין, וואס ער האט פארלאנגט.
נאכדעם וואס די בעלי בתים פון מיל מארט האבן אראפ געשיקט זייער בעל מכשיר דער באטערער רב
צום רבין שליט"א עם איבער צו צייגן אז אלעס איז כהוגן און ס'איז דארט געווען א שטיקל סתירה צעווישן
דעם באטערער רב און זיין אייגענער הויפט משגיח, דעמאלטס זענען זיי געוואר געווארן אז דער רבי
שליט"א איז בקי בכל דיני ניקור און אז ער איז כהיום א מומחה עצום, און דער באטערער רב האט טאקע
באותו מעמד געזאגט פארן רבין אז ער גייט תו"מ רעקאמענדירן פאר זיינע בעלי בתים אנצונעמען
אלעס וואס דער רבי הייסט, וכן הוה א טאג צוויי שפעטער האבן די בעלי בתים באפוילן אז זיי
זענען גרייט אויף אלע תיקונים וואס דער שליט"א הייסט,
ולא תסור מכל הדברים אשר אנכי מצוה אתכם היום ימין או שמאל.
איך מיין אז יודעלע וועט זיך אצינד דארפן אנשליסן צו ראבאשקין...
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 23/03/2007 18:31:57
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 19:03 |
|
| |
יענקעלע,
דיינע סאורסעס זענען זעט אויס, פארגיפטעט.
מיעל מארט האט זיך נישט געבראכן. געבראכן האט זיך דער ראשקעבאהאג דיינער.
ער האט זיך געבראכן אז ער גייט נעבעך נעמען פלייש פון בראזיל און אוריגוויי און אפשר וועט ער; פארן ביז תימן, זוכן פלייש פאר זיינע קעלבלעך.
דא האלט עס, ער איז נישט באלעבאס... ער קען אויף קיינעם נישט ארויפצווינגען זיינע שיגאנען און שיקאנירונגען. אין ברירה האט ער, פירן זיינע משוגעים קיין בראזיל אדער יענעם עק וועלט.
געלויבט דעם פון אויבן, אז סאטמאר פירט ער נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 22:21 |
|
| |
אידעלע צו מעיל מארט וועט פאלגן רבינו שליט"א אדער נישט דאס וועלן מיר זעהן.
אבער לאמיר הערן וואס איז ר' זאליס מיינוג איבער דעם ענין?
האט ער עפעס אין ניקור, שחיטה, וואס ער וויל מתקן זיין?
איך מיין אז מען זאל מאכן אזא דיל רבינו שליט"א זאל קעיר נעמען פון די רוחניות חלק פון די בהמות, ניקור שחיטה הלכות וכו'.
אין ר' זאלי זאל קעיר נעמען פון די גשמיות חלק, צ.ב.ש. ווי דיק די בהמות זאל זיין , ווי פעט, א גוטע סטעק...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/3/2007 23:25 |
|
| |
הער אויף מיט דיין פוסטע נארישקייט.
רבינו שליט"א האט קלאר געזאגט אז דאס זוכן צו משנה זיין פון וואס רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט געוואלט, און וואס רבינו בעל בירך משה זצ"ל האט געטאן, צייגט אז ער זוכט צו קאנטראלירן די וועלט.
ברוך השם אז די גאנצע וועלט בכלל און סאטמארער חסידים בפרט זענען פטור געווארן פון דעם שלאנג וואס רופט זיך ראשקעבאהא"ג, ער איז שוין היינט מער נישט באלעבאס, נישט אויף די קהילה הק' און נישט אויף די מוסדות הק', וועגן דעם פראבירט ער צו טעראריזירן ביי די מצות און ביי די פלייש. ער וועט גיין מיט רובאשקין, און אלע אנדערע טריפה'נע פירמעס.
אבער עס וועט אים אי"ה נישט געלונגען גארנישט. מיעל מארט וועט זיך אי"ה נישט ברעכן פאר אים און פאר זיינע טעראריסטן, נאר טאן ווי די הדרכות פון מרן רבינו שליט"א ובית דינו הצדק.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/3/2007 11:51 |
|
| |
ביטע זאגן צו דער מכולמר'שטער ''רבינו שליט''א'' ווייסט בכלל וואס רביה''ק בעל ''ויואל משה'' און ממשיך דרכו בעל ''ברך משהזי''ע ועכע''י האבן געוואלט אפי' נישט קלאר, און ביטע צו לייגן דא די חשוב'ע און גרויסע הדרכות פונ'ם ''צדיק'' צו ער ווייסט בכלל וואס שחיטה און ניקור איז .
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2007 19:50 |
|
| |
הרב החסיד רבי עזריאל גליק שליט"א, משב"ק אצל מרן רביה"ק בעל ויואל משה, ומרן רביה"ק בעל בירך משה האט אויסגעדרוקט אז דאס וואס דער ראשקעבאהא"ג טוט איז א מורא'דיגע פירצה אין כשרות און וועט מכשיל זיין טויזנטער אידן.
דאס איז סיי מיט זיינע מכשולות אין די ווייץ און סיי מיט זיינע פלענער צו מאכן שינויים און שחיטה וניקור.
דער אמת איז אז רבי עזריאל דארף זיך נישט זארגן, זיינע חלומות ווען קיינמאל נישט מקוים ווערן. כלל ישראל איז שוין בייגעקומען פיל גרעסערע חברה-לייט ווי דעם יאקעל דער צר התורה, און ראשקעבאהא"ג, וועמענס פיס זענען שוין ב"ה גוט אינטערגעהאקט.
מיעל מארט וועט אי"ה שטיין פעלזן פעסט און וועט טאן אלעס לויט די הוראות פון די בעלי מכשירים, און די הוראות פונעם בית דין שע"י קהל יטב לב דסאטמאר, עד ביאת משיח צדקינו, בב"א.
|
|
|
|
|