|
|
| נשלח ב-20/3/2007 15:42 |
|
| |
באטשי
"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."
קוק אריין אין די ספרים פון אישביטצער, אדער זיין תלמוד ר' צדוק הכהן, (צדקת הצדיק) און די וועסט אוועק גיין מיט די זעלבע אימפרעשען. און קליינע מוחת איז דאס מבלבל.
איך וואלט ווען ריפרעזעט דיינע ווערטער און געשריבן:
די דגוש אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."
איך האב געהערט אז ער האט אסך גענאשט פון דארט
מאלת
די התנגדות צו הרב קוק זצ"ל איז געבויט אויף דמיון, וואס האט זיך גענומען פון הוצאת שם רע וואס די ירושלימ'ער היץ קעפ האבען אויף אים אויסגעטראכט.
דיפלאמט רעכענט אויס גרויסע נעמען אויף ביידע זייטן. איז אלע זאכן וואס ווערן געזאגט און זיין נאמען בלויז דמיון?
תוקן על ידי findodort ב- 20/03/2007 15:51:18
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 17:16 |
|
| |
דיפלאמאט
וואס פאר א ראיה פון די צוויי צדדים,
אלע דיעות פון ביידע זייטן זייענן נישט געקומען פון קיין גביית עדות, נאר פין די עדות פון "יעדער איינער ווייסט",
קוק וואס מען האט געמאכט מיטן בעלזער רב פאר 25 יאר, ווען הרב קוק וואלט געהאט דעם בעלזער רב'ס כשרונות [איך מיין אין טאקטיק], וואלט ער זיי אלע אוועק געבלאזען,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 17:35 |
|
| |
זעה א ניי ספר פון הרב יוסף ליב זוסמן זצ"ל דער צדיק וואס פלעגט זיצן טאג און נאכט ביים כותל, און טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, ער שרייבט א גאנץ ספר וועגען גדלות פון הרב קוק זצ"ל ער ברענט און שרייט אפ אלע מתנגדים פונעם "הרב".
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/3/2007 19:53 |
|
| |
פידאדארט
דו ברענגסט ארויס א מערקווירדיגן פארגלייך צווישן הרב קוק אין איזביצא.
זעהט אויס דו האסט אביסל א טראכט געטאהן.
די ספרים פון איזביצער - אויף וויפיהל איך האב געזעהן אין מיך איינגערעט אז איך פארשטיי דארט - זענן אסאך געבויט אויף דעם כלל: "אז עס איז אזוי געשעהן = האט דאס דער בוכ"ע געמאכט, מן הסתם דארף זיין אזוי."
לפענ"ד איז דאס די אינטערלאגע צו זיין באקאנטן שמועס ווי ער שרייבט פון די צדקות פון זמרי בן סלוא.
אין ר' צדוק האב איך דאס נישט געטראפן אזוי בולט.
די אלע וואס ליגען אסאך אין איזביצער ספרים גייען אויף דעהם מהלך.
ביי הרב קוק האט מען עס טאקע זעהר אסאך געזעהן
איך מיין אז בימינו הרב משה וואלפסון שליט"א גייט אויך בעקבותיהן.
הצד השווה שבהן איז א זעהר שטארקע אמונה אין השגחה פרטית מקרני ראמים עד ביצי קנים. עד כדי כך אז ס'פארשאהטענט דעם רצון זיך צו שלאגן מיט דעהם מציאות.
(מחמת הכבוד וויל איך נישט דערמאנען א גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער פון ניגונים און אויך געוועהן א קאנטרווערסאלער מחזיר בתשובה וואס איז אסאך געלעגן אין דעם מהלך)
הן אמת אז דער וועג איז תורת אמת, אבער אין א קולטור קאמף, ווי עס איז געוועהן אין ירושלים בימים ההם. ווי מען האט זיך געשלאגן ממש האנט צו האנט, הויז צו הויז, איז דאס און א געוויסע מאהס ווי געבן געוועהר פאר א שונא.
יעצט נעם און מיש דאס צוזאמען מיט ירושלימער קנאות וואס איז געבוירין אין אויפגעצויגן אויפן שויס פון דעם אונגארישן התבדלות און שאוויניזם. האסטו שוין א פערפעקטן קוגל פאר א וועלטס מלחמה.
לענינו מענין ידיעה אין בחירה וואלט איך געשריבן אנדערש אבער נישט ווי דו
לאמיר מאכן א פשרה
" זיין השגה אין ידיעה איז געוועהן מעהר ווי אין די בחירה"
עס איז פארשטייט זיך פארהאנען א דרך הממוצע -וואס כפי הנהוג במקומותינו האלט יעדער איינער אז נאר ער אליין האט דאס...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 00:24 |
|
| |
"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה" וואס פאר א סארט באמבע איז דאס? א מאמין איז קען נישט מער גלייבן אין ידיעה ווי אין בחירה.
ווער ס'ווייסט און קען אביסל, איז ידיעה אין בחירה, היינו הך.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 00:31 |
|
| |
רב באטשי שליט"א
דא האסטי א שטיקל פון רבי צדוק הכהן און "רסיסי לילה"
רק על ידי ההעלם באים לגילוי "וכי אשב בחושך" דאיקא אז "ה' אור לי" ע"ד שא' אין אדם עומד על ד"ת אא"כ נכשל עד שד"ת נקרא המכשלה הזאת וזה פלא כאלו ד"ת מכשילין ח"ו רק הואיל וא"א לעמוד בענין אחר הרי המכשול הכנה אל העמידה על ד"ת. וכיון שהתורה בראש בראש הומיות תקרא לרדוף אחרי' וכמה יפה להזמין על מיני סייעתות לאדם לעמוד על ד"ת גם זה מכלל הסייעתות להזמין לפניו בהתחלה מכשלות כדי לעמוד על ד"ת. וכמו שהו ברייתו של עולם כך התורה שבה נברא העולם והוא הדפוס של מע"ב מסתמא גם היא כענין ברייתו של עולם ממש. וזה שא' חטאיכם כשנים הללו שסדורות ובאות מששת ימי בראשית היינו שכך הוא סדר ימי בראשית. ונמצא כל העונות וענשיהם הכל כך עלה במחשבה בהכנת היציאה לפועל כשעומד על ד"ת אחר שנכשל אז מבין איך המכשול היה בו צורך וסיבה לזה. וזהו הנחמה לפורענויות ששורש לשון נחמה כמו וינחם וגו' שהוא לשון חרטה וכך המתנחם מפורענויות הוא שמתחרט על צערו אז. וזה כשנתברר לו אח"כ שלא היה כלל פורענויות מעולם ובחנם נצטער. כי הברור שהוא היה הכנה לטוב הרי כל דבר נקרא ע"ש תכליתו נמצא גם זה היה טוב. וזהו סמיכות ז' דנחמתי לשבת תשובה כי שורש התהפכות זה הוא ע"י התשובה שהיא ג"כ חרטה על הרע שמצד האדם. וזהו בראשית שנה שהוא תחילת הזמן ההתחלה הוא אתערותא דלתתתא וסופו הוא אתערותא דלעילא ואשובה אליכם זהו הנחמתות להתחרט אפורענויות דהש"י שנצטערו שזה מהש"י. וכן הנחמה מהש"י נחמו וגו' יאמר וגו' שהוא המוליד זה בלב. והדברים עמוקים לא אוכל להאריך כעת יותר.
ער ברענגט דאס אן א צאל, און אז די הכרה איז די שלימות פין תשיבה.
געבויט אויף א ילקוט שמעוני:
אמר לו הקב"ה הואיל ובי תליתם בטחונכם אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו. כשנים כשני מבעי ליה אמר רבי יצחק אמר הקב"ה לישראל אם יהיו חטאיכם כשנים הללו שבאות סדורות מששת ימי בראשית עד עכשיו כשלג ילבינו.
פינעם גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער איז מיר נישט אויסגעקימען צי הערן די מהלך, אבער איך ווייס אז ער האט זיך שטארק געקאכט און איזביצא.
תוקן על ידי findodort ב- 21/03/2007 1:22:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 01:37 |
|
| |
מלוה מלכה
דו האסט נישט געהערט זאגן ימ"ש ושר"י, פושעי ישראל און כופר,אפיקורוס, ציוני. האסטו יא געהערט? אויף יעדען וואס איך אויסגערעכנט האב איך געהערט איינע פון דעי שמות נרדפים. געוויסע ווי ר' עובדיה אין רב אלישיב קענטו נאל היינט טרעפן אין "דער איד"
ר' איסר זלמן שרייבט אויף איהם גאון ישראל ותפארתו - זעה די הסכמה וואס איך האב אריין געסקענט . "אבער ליידער געווען פארכאפט אין השכלה ווי סיז דא אסך עדות דערויף"
אבער דו האסטו איהם בעסער געקענט דו האסט אשטארקייט!
שם אחר " וואס פאר א סארט באמבע איז דאס? א מאמין איז קען נישט מער גלייבן אין ידיעה ווי אין בחירה. ווער ס'ווייסט און קען אביסל, איז ידיעה אין בחירה, היינו הך. "
קודם רעדט מען רעדט נישט דא פון גלייבן, מען רעדט פון פארשטיין.
דו אליין זעהסט אויס ביזט יא פון די ווייסערס אין קענערס. זאג מיר חביבי, וועלכע איז דיר פערזענליך גרינגער צו פארשטיין די ידיעה אדער די בחירה.
פינדאדארט
שקויעך פאר דעם שטיקל ר' צדוק.
דער זעלבער מהלך איז אין רוב ספרי תלמידי בע"ש. בעיקר אין תולדות וועגען מעלה זיין מחשבות זרות. אבער דער תולדות אליין זאגט אז סאיז נישט פאר קטני מוחין. זייער חדר אבער האבן יא געשריבן פאר איעדן און דאס איז געוועהן דאס התנגדות אויף איזביצער ספרים מצד געוויסע קרייזן. פשוט ווייל סאיז שווער משיג צו זיין.
איך מיין אז דו וועסט קוקן און הרב קוקס אורות וועסטו זעהן ווי ער דריקט זיך אויס אויף פון מציאות'ן. א כסא פאר די שכינה. ווייל ער האט געזעהן אז סאיז אזוי האט ער ארויסגעדרינגען אז דאס איז דער רצון השם.
ער האט געשריבן פאר ביאליק אזעלכע טיטלען, ווייל ער האט פשוט געזעהן אז ער איז אזוי מפורסם אין מוצלח האט ער פארשטאנען דאס איז דער רצון השם.
די מזרחיסטן ווידער האבן זיך מיט דעהם פאסמאקעוועט און מפיץ געוועהן. און זיך אזוי נוהג געוועהן הלכה למעשה...
מלה"ד דומה צו איינער וואס האט גהערט די מעשה פון בארדיטשעווער וועגן אפכאפן דאס דאווענען כאפלאפ , אז א טאטע פארשטייט דעם קינדס שפראך, דרינגט ער ארויס פון דעם אז א סימן צו אהבת השם איז אפצוכאפן דאס דאווענען.
איך מיין אז מיט דעם געדאנק קען מען פארשטיין די גרויסע פאראדאקסן אין זיין פערזענליכקייט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 01:43 |
|
| |
TRANTLOT
וועלכן מעמבער האב איך אנגעגריפן?
נישט אז איך בין ווייט פון דעהם, אבער איך האב ליעב צו וויסן ווען איך טו דאס...
תוקן על ידי - baachi - 21/03/2007 1:45:45
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 05:14 |
|
| |
באטשי, איך האב נישט געשריבען מיין תגובה צי דיר,
ווייל איך ווייס אז די האסט ליב פין צייט צי צייט ארויסווייזן קענטעניסען, שפילען דל גאה איבער דעם סאטמערן עולם
נישט פין היינט, פלעגסט עס נאך טיען אפילו צוויי יאר צוריק, למשל דורוך אפיר זיכען געדריקטע קשוית איבער דעם ספר ויואל
משה, וואס בכוונה פלעגסטע נישט ברענגן דעם תירוץ וואס עס איז געשטאנען נעבן די קשיות, כדי צי פראבירען מאכען א
שטיקעל ווינט כאילו די ביסט אנדערש, אין די האסט ספיקות, די אנדקסט זאכען, פין צייט צי צייט האסטע אזא שטיקעל מנהג ארויסציגיין אין א אינסאלט, קעגן די סאטמערע שיטה, אזוי אויך קעגן די סאטמערע אידן על לא דבר- כאטש עס איז מסבר אז די
קימסט גאר פין יענע חדר,-
אלמלא, דא וואלטן ווען געזיצען עפעס ערענסטע יודעי ספר וואלטן זיי דיר שוין לאנג אויפגעוויזן ווי לעכערליך אין זינלאז דיינע
אטאקעס זענענן, די האסט א מזל פשוט, אז נישט ציפיל ערענסטע אידן דרייען זיך דא, ממילא קענסטע רייטען אויף א
ליידיגע פערד, אין פראבירן ארויסציוויזן קענטעניסען צווישן אביסל אומוויסענדע אידן, א שטייגער ווי דער אמליגער ת"ח אינעם
קליינעם דארף, וואס זיי האבן נישט געוויסט עפעס בעסערעס
וואס מיר האט די וואך אויפגערעגט איז געווען אז די האסט געהאט די העזה אין גאטס צי שרייבען כאילו די אידן וואס קלאמערן
זיך צי די סאטמערע שיטה זאלן ח"ו ח"ו ח"ו האבן געזאגט - ימ"ש שייגץ - אויפן פריענדיגען בעלזער רב זי"ע אויפן טשבינער
אויפן חזון איש, לב שמחה פני מנחם אין די אנדערע וועם די רעכענסט דארט אויס זי"ע איך געדענק נישט אלע נעמען
די ווייסט אז די האסט געשריבען שקר, די ווייסט אז עס איז שקר, אין עס איז א וואנדער אז אין תשס"ז זאל נאך איינער
האבן א געפיל צי שרייבען אזא פרעכן ליידיגען שקר ח"ו מלהזכיר אזא זאך אפילו עס איז צי שטוינען ווי ווייט ליידיקייט קען
ציברענגן אזאש אז מען זאל אזוינס אפשרייבען, אזאך וואס ברענגט ניטאמאל קיין ניצען, אין עס איז א וואנדער אויף די מנהלים
דא פארוואס זיי האבן נישט תיכף געמעקט דיין תגובה,
מיין תגובה איז נישט געווען געווענדט צי דיר, עס איז געווען א מחאה אויף דיין ווערטער
תוקן על ידי trant_lott ב- 21/03/2007 5:34:14
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 08:38 |
|
| |
ר' טרענט
חוץ פון וואס מען האט שוין דא געשריבען פריער, האב איך געהערט פון איינעם וואס האט אליין געהערט און תורה ודעת אין ווילי ווען דער בית ישראל איז נפטר געווארען ווי איינער האט אויסגעשריגען רח"ל כן יאבדו.... און קיינער האט נישט מוחה געווען,
אין זייער קעמפ און אין אנדערע מוסדות פלעג מען שבת ביים שטאלענט זינגען דעם באקאנטען מונקאטשער ניגון ציוניסטן מזרחיסטן אגודיסטען ימח שמם וזכרם רח"ל. מיט אמאל ווייסט קיינער נישט פון וואס מען רעד,
ווען ר' משה'לע איז געווען ביי אן אייניקעלס חתונה האט מען עם גהאלטען און איין שטויסען און מבזה זיין,
די ווארפסט אריין דעם בעלזער רב זצ"ל מילא פון אים האט מען מורא געהאט אבער דעטס איט,
_________________
תוקן על ידי אבימלעבט ב- 21/03/2007 8:44:18
|
|
|
|
| נשלח ב-22/3/2007 06:38 |
|
| |
TRANT
ווער האט דא בכלל גירעט פון סאטמער? איך האב געמיינט בעיקר די נטורי קרתא וגרוריהם. וואס ליידער טרעפען זיי זיך דאס פלאץ אין סאטמאר.
כאטש בעידנא דריתחא ווי למשל פאר א בחירות קען מען כאפן אין סאטמער אויך הערען אזעלכע פערל ווערטער אויף אלע גדולי ישראל.
אבער מאידך גיסא האב איך שטארק הנאה אז דו שעמסט דיך שוין מיט דעהם, די לייקנסט ווי אויך דו פילסט דיך געטראפן. געקומען א לאנגען וועג. ווער ווייסט צו די אטאקעס אויף ויואל משה האבן נישט אחלק דערין?
איך האלט אבער דו דארפסט מפייס זיין די אמאליגע שרייבערס דא, זיי זענען גאנץ שיינע תלמידי חכמים. וועלכע האבן זיך העראאיש געשלאגן. אבער קעגן איין אמת איז אין עצה ואין תבונה...
לענינו זעהר אינטערסאנט
גם רבים ממנהיגי המזרחי, על אף שהעריכו אותו הערכה רבה, התנגדו לפעולותיו ולהשקפת עולמו האקטיביסטית מדי לטעמם. הרב קוק ומנהיגי המזרחי נאבקו ביניהם מראשית הקמת התנועה ועד מותו של הרב קוק. זה חל עוד בהתנגדות הרב קוק לסיעת המזרחי כשרק הוקמה, ועד למאבקי כוח ברבנות הראשית, עת הראי"ה ניסה להציב מועמדים למשרות השונות מקרב חוגו נגד מועמדים של המזרחי. גם לאחר מותו של הרב קוק לא שככו הדי ההתקוטטיות,
גיי ווייס.
אלמלא לא באתי אלא לקרוא דבר זה...
תוקן על ידי - baachi - 22/03/2007 7:08:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 07:09 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 18:55 |
|
| |
צו וואס ברענגסטו דעם בילד? צו ווייזן אז ער איז טאקען געווען אזא שייגאץ? אדער פארקערט.
הצלה, רעדט אביסל.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 20:58 |
|
| |
דאס דערמאנט מיך א מעשה יארן צוריק בין איך געשטאנען אויף בעדפארד עוו און געשמוסט מיט א סאטמארער יונגערמאן, איז אויף די אנדערע זייט גאס אדורך גאגאנגען ר' שלום פאאאגעל ז"ל אנגעטוהן מיטן גאנצען חסידישען לבוש, [דעמאלט זיינען געווען ווייניג וואס זיינען געגאנגען אזוי] געב איך א זאג פאר דעם סאטמארער אינגערמאן געב א קוק דארט גייט ר.ש.פ. ! זאגט ער מיר איך גלייב נישט איך האב דאך געהערט אז ער איז א גרויסער שייגעץ, איך האב געמיינט זיכער אז ער גייט א גרויסען טשופ וכו',
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 21:48 |
|
| |
בייטש, ביי קיינעם שטייט נישט ארויס אזעלעכע ווערטער וואס דער הייליגע סאטמארע רבי בעל ויואל משה זצ"ל האט געשריבן נאר ביי קוק, וואס איך געדענק נישט פונקטליך אז ביי אים האט ער געשריבן זייער שארף. ס'איז אביסל אנדערש ווי אלע אנדערע וואס סתם מענטשן רעדן.
|
|
|
|
|