בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/3/2007 22:00 לינק ישיר 

יאגעלע

ביזט הונדערט פראצענט גירעכט, דער ויואל משה האט נישט פון איהם געהאלטן.
פארדעהם טאהר שוין קיינער נישט האלטן פון איהם

בבקשה ממך, דו קענסט ביטע אויסרעכענן פון וועמען נאך ער האט נישט געהאלטן?
כי יראתי פן נכשל בעוון וגו'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/3/2007 22:03 לינק ישיר 

נישט האלטן פון אים איז איין זאך און שרייבן אפןשארף אזוי ווי ער האט געשריבן איז א צווייטע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 17:52 לינק ישיר 

יאגעלע

איך בין מסכים מיט דיר גם לזאת. ער האט געשריבן אויף איהם שארף,  זעהר שארף. מורא'דיג שארף, ימח שמו שארף. כמעט אזוי ווי אויף ר' אביש קרולער.

איז דאס מחייב די גאנצע וועלט?

הועתק פון בח"ח

"ת, הדבר אינו מפתיע: כך גם נהג רבו, הרב אויערבך עצמו: "הרב צבי יהודה היה שולח אלי מכתבים שהיו אצלו, שנכתבו לאביו ולגדולי ישראל. הוא העביר לי אותם על מנת שיפורסמו ב´מוריה´. כשנולד בני הבכור, ביקשתי ממנו שיהיה הכהן בפדיון. הייתי מאוד קשור אליו. הוא היה אחר, הוא היה מיוחד במינו ? ראו שיש אצלו הוד קדומים. הייתי נכנס אליו הרבה מאוד.

"עד סוף ימיו של ר´ שלמה זלמן, הרעבע שלנו, כשהוא היה אומר ´דער רב´ ? זה היה הרב קוק. כך היה עשרות שנים. ולא רק הוא.

"היה פה עורך אחד שמצא קטע שהרב קוק הוציא והדפיס בקובץ תורני. לאחר שהכניס אותו לאוצר מפרשי התלמוד, עורך פלוני הוציא אותו. אחד מהעובדים התלונן על כך. קראתי לעורך ואמרתי לו: ´אני רוצה שאתה תלמד איתי את הקטע. אם יש לך קושיה ודבריו של הרב צריכים עיון, אז בבקשה´. הוא ענה לי: ´בכלל לא נכנסתי לעניינים. אני חושב שקטע מכתבי הרב קוק לא מתאים לאוצר מפרשי התלמוד´. אמרתי לו: ´מרגע זה אתה מפוטר´. הוא לא קיבל את הדברים, והלכנו לדין תורה אצל הרב אלישיב.

"הרב אלישיב היה מזועזע. הוא אמר לאותו עורך: ´אתה הכרת את הרב קוק? דע לך ? הוא היה קדוש. הוא לא היה שייך לתקופה שלנו ולא הבינו אותו טוב. בוודאי שר´ יוסף רשאי לפטר אותך. אני הייתי עושה אותו דבר´"
.

דו רעדסט דא פון די גרעסטע צוויי פוסקים בדורנו. ר' ש"ז אויערבאך זצ"ל ולהבל"ח הרב אליישיב.

אזוי פסקענען די היינטיגע פוסקי הדור. דער בי"ד של מטה.

יאגעלע זאג דעם אמת, קיינער חוץ אונז ביידע לייענט דאך מיילא נישט.
דו וואלסט געוואלט אז ביי דעם בי"ד של מעלה זאלן די צוויי פוסקים הנ"ל קומען אויף דיר עדות זאגן אזוי?

וואלסט דיך געלאזט קאסטן דערפאר א צוואנציגער?
הואז אבאוט א פיפיציגער?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2007 23:57 לינק ישיר 

די ביידע פוסקים באדערט מיר נישט אז זיי וועלן קומען עדות זאגן, (כ'פארשטיי בכלל נישט וואס פאלט דיר איין אז מ'גייט זיי פרעגן?)

חוץ מזה, די קשיות אויף קוק איז נישט געבוירן ביין סאטמערער רב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 02:16 לינק ישיר 

קוק שרייבט בערך אזוי
אז דער מכבי כדורגל שפילער אין שבת האט א גרעסערע מצוה פין ??   אין מאה שערים

א קדוש ?    GIVE ME A BREAK




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 02:32 לינק ישיר 

אפילו אויב עס איז געווען סיבות זיך צו קריגען מיט אים בחייו ווערט נישט אויס גדול בישראל.

און וואס די שרייבסט 13 HOOPER איז שקר וכזב, אזוי האט מען געהאנדעלט קעגען ספינקא, קאסאן, בלעזא, ווישניץ, גור, קלויזענבורג, לובאוויטש וכו' וכו' שוין משנים קדמוניות, ווי אזוי גייט דער שפריכווארט וואס דארף עס זיין אמת עס איז דאך גוט............ נו שמייס אריין.......

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 03:16 לינק ישיר 

די אלע לשונות וואס ער האט געזאלט האבן געזאגט אדער געשריבן האב איך שוין געליינט אלס קינד אין די ליכט שטראלן אבער עס איז מיר אינטערעסאנט צו זען פון ווי דער מקור איז. אנדערש, איז מיר ענדערש אנצונעמען וואס אטאז שרייבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 04:54 לינק ישיר 

אין הלכות שייגאץ נעם איך נישט קיין שטעלונג בעפאר איך ווייס וואס פאר א צדיק איך בין, נאר כ'ברויך אפיר זוכען אין מיינע ארכיוון (גאנץ גרויס) און דא אפדרוקן איינע פון די ערשטע צוזאמטרעפונגען פון הרב ק. מיט ר' יוסף חיים זונענפעלד זצ"ל פון בעפאר ער זצ"ל האט נאך קענען געלערנט ק., דוכט זיך פון א גוט מקור.

אויפן מאמענט ליגט מיר נישט אין קאפ נאר וויאזוי ער האט זיך אויסגעדרוקט אויפן מארד פון דר. ר' ישראל יעקב דע'האן הי"ד, אבער דאס וויל איך אויך נישט איבערזעצן בעפאר איך האב דעם פונקטליך לשון, כ'האף אז איך מאך נישט קיין טעות.

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 27/03/2007 4:57:17




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 07:19 לינק ישיר 

די מעשיות ווי ער האט געלאזט פאלן די סטעיטמענטס (ווי למשל איבער די כדור רגל שפילער) איז לכאורה אמת, אבער ער האט געהאט א כוונה דערין  לויט זיין פילאזאפיע (אדער אהבת ישראל וכדו') . און איך האף איר קלערט נישט אז ער האט דאס געזאגט סתם אלס פוסטער ליידיגגייער, ער האט זיך געהאט זיין מהלך המחשבה.

איך וואלט געזאגט אז ענדערש ווי פירן א דעבאטע צי ער איז געווען א שייגעץ, וואס לכאורה לייקנט נישט קיינער דעם חלק פון זיין גדלות, איז ענדערש די פראגע צי זיין מהלך, וואס איז געווען היפש פרעמד און עפעס וואס מ'האט נישט געזען קיין סאך, איז געווען אויסגעהאלטן. אבער צו קענען ענטפערן דערויף מוז מען דאך קודם ארויסהאבן וואס זיין מהלך איז געווען און איך ווייס נישט ווער עס איז דא א מבין דערויף. (אפילו באטשי וואס האט אנגעהויבן אנצורירן, האט לדעתי נישט מכוון געווען, ווי מ'זעט צווישן זיינע ווערטער אז ער האט נישט ארויס דעם ענין און פארפעלט. )
און סתם צו זאגן מיינונגען אין עפעס וואס מיר האבן נישט קין אהנונג, איז זינלאז. מיר קענען אבער הערן וואס די גדולים האבן געזאגט. .

נאכאמאל, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז ער איז נישט געווען קיין שגץ, אבער מיר, אלס אומוויסנדע, קענען דאס נישט אפמאכן ווייל מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין זיין געדאנקענגאנג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 07:26 לינק ישיר 


די מעשיות ווי ער האט געלאזט פאלן די סטעיטמענטס (ווי למשל איבער די כדור רגל שפילער
) איז לכאורה אמת, אבער ער האט געהאט א כוונה דערין  לויט זיין פילאזאפיע (אדער אהבת ישראל וכדו') . און איך האף איר קלערט נישט אז ער האט דאס געזאגט סתם אלס פוסטער ליידיגגייער, ער האט זיך געהאט זיין מהלך המחשבה.

איך וואלט געזאגט אז ענדערש ווי פירן א דעבאטע צי ער איז געווען א שייגעץ, וואס לכאורה לייקנט נישט קיינער דעם חלק פון זיין גדלות, איז ענדערש די פראגע צי זיין מהלך, וואס איז געווען היפש פרעמד און עפעס וואס מ'האט נישט געזען קיין סאך, איז געווען אויסגעהאלטן. אבער צו קענען ענטפערן דערויף מוז מען דאך קודם ארויסהאבן וואס זיין מהלך איז געווען און איך ווייס נישט ווער עס איז דא א מבין דערויף. (אפילו באטשי וואס האט אנגעהויבן אנצורירן, האט לדעתי נישט מכוון געווען, ווי מ'זעט צווישן זיינע ווערטער אז ער האט נישט ארויס דעם ענין און פארפעלט. )
און סתם צו זאגן מיינונגען אין עפעס וואס מיר האבן נישט קין אהנונג, איז זינלאז. מיר קענען אבער הערן וואס די גדולים האבן געזאגט. .

נאכאמאל, איך זאג נישט אז עס איז אויסגעשלאסן אז ער האט געהאט א שלעכטן חלק, אבער מיר, אלס אומוויסנדע, קענען דאס נישט אפמאכן ווייל מיר זענען זייער ווייט פון פארשטיין זיין געדאנקענגאנג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 07:40 לינק ישיר 

ר' אלוועיס
וואס איז דער פשט "לכאורה אמת"

האט ר' אבישל געשחט'ן א חזיר ? יא אדער ניין,

ווייל מען הערט א זאך אסאך מאל, הייסט נישט אז עס איז דא אין דעם א שמץ אמת.

ברענג א מקור פליז.

_________________

 

 



תוקן על ידי aaatozzz ב- 27/03/2007 7:41:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 15:25 לינק ישיר 

קאמענטאטאר היקר

איך האב איבער געליינט דיין קאמענט אחת ושתיים

טאמער דו זאגסט עפעס אנדערש ווי "איך ווייס נישט" ביטע זיי מפרש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 19:47 לינק ישיר 

אאאטאזז

דער "לכאורה אמת", האט געמיינט אז עס איז באוואוסט און זיינע פארעהרער (ווי ווייט איך ווייס) האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט, און זיי האבן דערין א פשט.

יעצט אויב ביסטו אזא אמת'ער מענטש אז דו מוזט טאקע "זען" א מקור ערגעץ צו יעדע מעשה און עס נאכגיין עד הסוף, קען מען ציילן אויף די פינגער וויפיל מעשיות זענען "געפראווט". א מעשה וואס איז עלטער ווי דיינע עלטערן, זענען שוין - אויב דארפסטו א פונקלטיכע מקור - אונטער שאטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/3/2007 20:07 לינק ישיר 

ר' אלוועיס שליט"א

ביי די וועי מען זאגט נאך פון נאסאדער רב זצ"ל אז ער האט געזאגט אז אפילו א צאנזער גוי איז ביי אים חשוב. [נא תקן הנוסח],

לגבי הרב קוק זצ"ל ווייס איך נאך נישט  וואס ער האט געזאגט, און לגבי וואס ער האט עס געזאגט, און צו ער אליין האט עס געזאגט,

איך האב געהערט פון א חשוב'ן איד פון פריערדיקען דור בזה"ל אז מען קריגט זיך איז נישט גוט, אבער ג-ט זאל אפהיטען מען זאל זיך נישט קריגען מיט א מענטש וואס האט א סאך צייט,

די ירושלימ'ער האבען געהאט א סאך צייט, און הרב קוק זצ"ל איז געווען זייער שלאג ברעט, על כן גלייב איך נישט קיין איין ווארט וואס מען זאגט אויף אים. פיריעד.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/3/2007 20:20 לינק ישיר 

ATOZZ

 פאר דעם אראפ ברענגען דעם נאסעדערס ווארט

ולא תהא כוהנת כפונדקית

דאס ווארט פון שפילען פוטבאל , האט ער מבטל געוועהן בפניו פון דעם גערער רבין, אפילו בכתב. דער מנח"א האט אבער געטענה'ט  אז קיינער ווייסט נישט פון דעהם.

סאיז געוועהן כשגגה היוצאת מלפני השליט, אויף דעהם שרייבט דער גערער רבי אהבתו לא"י קלקלה השורה, און די ליידיגייערס האבן זיך צוגעכאפט צו דעהם כביכורה בטרם קיץ. כאילו נאר דאס האט ער געזאגט כל ימיו.  

איך וואלט צו געשטעלט נאך א ווארט, איך וויל זעהן צו די לייענערס וועלן וויסן מבטן מי יצאו הדברים

"סאיז ענדערש זיך צו בוקען צעהן מאהל צו א ציילעם, ווי צו רעדען איין ווארט עברית"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.