בית פורומים כל העולם כולו

ווילי: א כאאס - מצות פליען אין אלע זייטן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/3/2007 22:54 לינק ישיר 
ווילי: א כאאס - מצות פליען אין אלע זייטן!

נעכטן נאכט איז געווען ששון ושמחה אין די סאטמאר מצה בעקעריי אויף בראדוועי אין ווילי.



עס איז געווען נאכדעם וואס הרב הגאון ר' ד.ד. מייזליש שליט"א פון סיגעט, האט געבאקען מצות, מיט א חבורה, און זיי האבן געהאט רח"ל... ה' ישמרינו ויצילינו.... כריתות... טא טא... פוי פוי פוי... חזיר טריפה... חמץ... אביר מן החי... קעמיקעלס.. באמבעס... מאראסט... קעצלעך... אהרונים... טרעלערס...



די טמא'נע אריזאנע ווייץ...!



דוד ראזענבערג האט נישט געוואסט דערפון, אין מיטען טיפן באקן איז ער געוואור געווארן דערפון איז ער אריין געלאפען ווי מען האט דאס געבאקען מיט איין אטעם.



פלוצלינג... דער עולם באקט און זינגעט זיך אונטער לשם מצות מצה,



הצלה... געוואלד... דוד טאנצט... מצות פליען... א האריקען...!



דוד ראזענבערג איז אריין געלאפן צום קענעטער איבערגעדרייט די גאנצע מיירע אויף דער ערד, ער האט אנגעהויבען צופליקען מיט כעס און אויסגיסן אלע בעקס פון מעיל אויף דער ערד, וואס די חבורה האט שוין נעבעך זיך געפלאגט און צומאלען מיט די האנט.



עס איז געווארן קולי קולות מען האט געוויינט צו אים אז ער זאל אויפהערן דא ליגט נעבעך אידיש טייער געלט, שווייס און בלוט, עס האט גארנישט געהאלפן, ער איז אריין געלאפן ווי דער עולם וועלגערט, און אנגעהויבן אוועק כאפן אלע מצות פון וולעגערס און עס געווארפן אויף אלע זייטן און אויף דער ערד..!



דערנאך איז ער געלאפען צום אויבן, דארט איז שוין געווען פארטיג 3 קארב מיט מצות, ער האט גענומען אלע קארבן איינס נאכן אנדערן און אויסגעגאסן אויף דער ערד, געטאנצן דערויף ווילאנג עס איז געווארן דערפון פיץ פיצלעך.



ווען זיין ארבעט איז פארטיג געווארן האט ער געהייסן אז מען דארף כשר'ן די אויבן.



א איד דערציילט מיר וואס איז דארט געווען אז מען קען זיך נישט פאר שטעלן וואס ער האט אפגעטאן דארט.



נאך א זאך!



דוד ראזענבערג האט היי יאר נישט געלאזט ר' טודרס זילבער שליט"א און ר' הערשל מיללער שליט"א באקן דארט היי יאר מצות, וויבאלד זיי האבן געהאט אריזאנע ווייץ, און זיי זענען געגאנגען באקן היי יאר קיין פאפא צעהלים.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 19/03/2007 23:48:27



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ווילי: א כאאס - מצות פליען אין אלע זייטן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext