יעצט ווען די געריכטליכע פראצעדורן זענען אריין אין א פרישע פאזע, בעטן מיר ווידעראמאל בשם גאנץ כלל ישראל פון די מסרבים לדין. שטעלט אפ דעם חילול השם און שטעלט אייך צו דין תורה ביי א בי"ד כשר בישראל! עס איז שוין זעקס יאר וואס איר גייט אן מיט דעם שוידערליכן חילול השם און סירוב הדין, טוט תשובה ווי לאנג איר קענט נאך!
נשלח ב-20/3/2007 00:06
נעבעך די ארונים ווייסן אז אט אט גייען זיי כאפן דעם לעצטן באגראב בעטן זיי זיך אז זיי ווילן גיין צי דין תורה, אין מיר ענטפערן ניין בור כרה ויחפריהו מיר האבן געוואלט גיין צי דין תורה ביי די דיינים וואס דער רבי זי"ע האט ממנה געווען די זעלבי דיינים וואס איר האט גישריגן פאר הרב ר' יוסף וואלדמאן שליט"א אז נאר דארט קען מען גיין ביי דעם בית דין זענען מיר גרייט געווען צי גיין אבער איר האט אויסגיוועלט צי גיין אין ערכעות אין יעצט ווען איר האלט שוין ביי נעילת שער מע האלט שוין ביי סתימת הגולל בעט איר רחמנות צי גיין צי דין תורה, סאיז טא לעיט איר האט גישפעטיגט סאיז גיקימען די צייט פין ליידן די קאנצעקווענצן.
נשלח ב-20/3/2007 01:28
כ'בין בכלל נישט אויסן דא אריינצוגיין אין אלטע אויסגעדראשענע ויכוחים וועלכע טרעפן זיך כסדר ביים זעלבן טיר.
דער טרוקענער פאקט איז אז סאטמאר איז גרייט צו גיין צו א זבל"א און די זאליס נישט. די רגע וואס די זאליס וועלן זיין גרייט צו גיין צו א זבל"א - דער מערסטער אויסגעהאלטענער וועג צו פירן א די"ת אין די היינטיגע אומשטענדן - וועט זיין א דין תורה.
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
נשלח ב-20/3/2007 03:41
איך זאג פארקערט.
איר ווילט קומען צו דין תורה, מיר זענען גרייט, אומר ועושה. עס איז קיינמאל נישט שפעט.
שטעלט אייך צו די חברי הבי"ד וואס זענען ממונה געווארן דורך מרן רביה"ק בעל בירך משה, והכל על מקומו יבוא בשלום.
נשלח ב-20/3/2007 03:50
אידעלע, ענטפער מיך אויפריכטיג.
דו האלטסט אז סאיז דא א מציאות, היינט צו טאג, אז די פיר ת"ח וואס רופן זיך "חברי הבד"ץ" זאלן ארויסגעבן א נישט איינזייטיגן פסק?
בעיסד אויף זייערע פארגאנגענע פסקים און מעשים טובים אין די קהילה, איז דא אפילו איין נארמאלער מענטש וואס קען נאך איבערחזרן די טיפשות אז די אהרונים זאלן גיין צו דין תורה צו ר' ח"ד כ"ץ? פילאפ? ריח"מ פרידמאן?
קאם אן, ביסט נישט אזוי צודרייט.
נשלח ב-20/3/2007 03:51
אויב הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער האט אזוי פארשטאנען אז רבינו הגה"ק בעל בירך משה איז גערעכט, ווער בין איך און די צי זאגען אנדערש.
זיין אויפריכטיג מיינט נישט אז די תורה הקדושה האלט אזוי
נשלח ב-20/3/2007 04:26
האסט דאך שוין געקענט זאגן גראדער:
אויב רז"ל טייטלבוים און רז"ל פילאפ האלטן אזוי, איז דאס דאך אויטאמאטיש די תורה הק'...
איך דארף א נארמאלער תירוץ פון אן ארוני אויף די "אלטע אויסגעדראשענע" קשיא.
די הלכה איז דאך אז "התובע הולך אחר הנתבע", איז וויאזוי האט איר די חוצפה אוועקצונעמען פון אונז די רעכט וואס מיר האבן ע"פ תורה צו גיין צו די בית דין וואס געפעלט פאר אונז?
תוקן על ידי אידעלע ב- 20/03/2007 5:46:08
נשלח ב-20/3/2007 06:01
אידעלע איז גערעכט, זיי גייען צושטעלן א בי"ד פון הגאון הגדול ר' שאול פערלשטיין, ראב"ד סאטמאר-מונקאטש, הגאון והגביר האדיר ר' אביגדור יאקאבאוויטש, און הגה"צ ר' משה וואלף קליין, נאך אלעם איז דאך התובע הולך אחר הנתבע.
נשלח ב-20/3/2007 07:38
בקיצור, די ארונים זענען מודה אז סאטמאר איז מסכים צו גיין צו דין תורה, ביי איינס פון די דריי בתי דינים וואס מען האט צוגעשטעלט, נאר זיי מאכן חוזק ווער די דיינים וועלן זיין.
אקעי, גוט צו וויסן, ווייל איך האב געמיינט אז דעם פראבלעם איז אז סאטמאר וויל נישט גיין צו דין תורה, יעצט ווער איך געוואר אז סאטמאר וויל יא גיין צו דין תורה נאר די מוסרים דרייען זיך ארויס פון קקומען מיטן תירוץ אז יעדע בית דין וואס סאטמאר שטעלט צו איז אטאמאטיש משוחד.
און דעס וואס די שולחן ערוך זאגט אז התובע הולך אחר הנתבע, מוז מען צו קומען אז די שולחן ערוך האט זיך טועה געווען, שומו שמים!!!
פוסטע יונגען, ליידיג גייער און עמי הארצים, גענוג אז עטס האט מבזה געווען סאטמאר אין די גאנצע וועלט, וואס ווילט עטס אבער פון די תורה האבן, די תורה האט דאך ענק גארנישט געטאן.
נשלח ב-20/3/2007 16:02
אידעלע אמת התובע הולך אחר הנתבע, אבער דער תובע האט רעכט צי בעטן נישט צי גיין צי א ב"ד וואס האט איינזייטיגע נגיעות.
למשל לאמיר זאגן אונז וויל מיר גיין צי צי נארווארדיגער ב"ד אין עטץ ווילטס גיין צי עפעס אן אנדערן ב"ד זענט עטץ גערעכט התובע הולך אחר הנתבע אבער דארט ווי דער תובע טאנעט אז דער ב"ד איז משוחד אין האט נגיעות קען מען נישט גיין צי דעם ב"ד העכסטענס קען דער נתבע אויסקלויבן אן אנדערען אומפארטייאישער ב"ד.. און פארשטייסט אליין אז מענטשען וואס זענען אנגעזאפט מיט "קנאה" אויף רבינו שליט"א אין דאס האט שוין געפירט צי בלינדע שנאה וד"ל קענען נישט זיין קיין דיינים אין דעם ענין, אין בפרט ווען זיי האבן זיך געלאזט הערן מיט די באקאנטע טרועריגע קשר של רשעים בריוו נאך פאר זיי האבן אפילו אונז אויסגעהערט אין אויך האבן זיי עובר געווען אויף דעם "שמוע בין אחיכם" פאר שטאנען אידעלע שחמט..
אידעלע אויב דיין מצב יעצט הייסט רואיג דאן וואס הייסט שפרינגען???
למעשה זערזעהן זיך די זאליס אין א שווערע פראבלעם, הרב זאלקי וואס וויל זיך דערקלערן אלס סאטמארע רבי דורך גנבענען דעם רבינס הויז (עכ"פ אויף דערווייל וד"ל), אין למעשה קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט,ער איז אויסגעשפיגן פון יעדען רעכט דענקיגער יוד, אין הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א וויאנט אין מאנרא אין די גאנצע וועלט דרייט זיך מיט זיינע פסקים הידורים חומרות אזש עס קען זיך נאך איינעם דאכטען אז ער איז די עכטע סאטמארע רבי, עכ"פ איך פארשטיי אידעלע שחמט דיין פראבלעם.
איך ווייס אז אידעלע שחמט וועט נישט שולדיג בלייבן ער וועט עפענען א קיתון של שופכין מיט ניבול פה אין ליצנות ווי למשל ראשקעבעהא"ג חורינער רומאניטין וכו' ווי זיין שטייגער ווייל עפעס אנדערש האט ער נישט אבער עס גייט מיך נישט אן דעם אמת דארף מען שרייבן אין ירא הקהל וישפוט.....
נשלח ב-20/3/2007 16:40
אהא, די ווילסט איינטיילען פאר'ן דיין אז ער איז משוחד. און אזוי אפ'פסל'ן אלע ערליכע דיינים וועמען רביה"ק בעל ויואל משה האט געשטעלט.
ב) סאטמאר האט צוגעשטעלט 3 בתי דינים לפנים משורת הדין התובע הולך אחר הנתבע
ג) פארוואס וויל דיין רבי נישט אונטערשרייבן קיין שטרי ברירין
ד) פארוואס ביי ר' יוסף וואלדמאנן נ"י זענען די אייגענע דיינים נישט געווען משוחד? (ווען האבן זיי אנגעהויבן צו ווערען משוחד?)
נשלח ב-20/3/2007 17:10
פאר א יונגאטש וואס האט די העזה צו רעדן אויף א גדול בישראל, וועמען רביה"ק בעל ויואל משה האט אריינגעשטעלט, בלויז ווייל ער וויל נישט אנערקענען די "גדלות" פון דיין ראשקעבאהא"ג - איז ממש א טפשות צו ענטפערן.
איך בין זיכער אז משה רבינו איז ביי דיר אויך אפגעפרעגט... ווייל ער איז אויך נישט אינעם טיעם פונעם הולך בערכאות.
נשלח ב-20/3/2007 17:13
אידעלע, איין שורה פאר דיר
איך קען דערליידן פערדן אבער איך קען נישט דערליידן פערדן וואס ווילן מיך איינרעדן אז זיי זענען מענטשן