טייערע באטשי:
איך האב נישט געשריבען גניבה און סאיז בכלל נישט אין די קאטאגעריע,
לאמיר דיר מסביר זיין וואס דאס איז ומה טיבו, סאיז געמאכט געווארן פאר כולל אינגעלייט וכדו' וואס דארפען האבן א קאר משום איזה סיבה שהוא און האבן נישט קיין געלט צי דינגען די קאר צוליב די הויכע פרייזן און די זייטיגע הוצאות,
איז פאר דעם דא די קארפערעט אקקואנטס וואס דאס מיינט אז אסאך מענטשען דינגען אינטער די אקואנט צי זאל דאס זיין א כולל אדער ישיבה צי א ביזנעס און סיי וואס סזאל נישט זיין, ווערט עס ביליגער, אין אסאך מיני טשארטשעס רעכנט מען נישט (אנדער ע'דג, עדישונעל דרייווער וכדו') און סקימט אויס זה נהנה וזה נהנה און די הויפט פין די אקואנט באקימט א פרי קאר איינמאל א חודש צי אנדערע בענעפיטס,
און צי דיר דיפלאמאט: איךמיין אז איך ווייס פין וועם די רעדסט,
ער טיט עס נאר אין די זימער ביי די קאנטרי חדשים
|
|