|
|
| נשלח ב-21/3/2007 20:59 |
|
| |
פאלשע נייעס: שרעקליכע בזיונות, רז
נעכטן ר"ח ניסן אין ראדני איז פארגעקומען שרעקליכע בושות פאר רז"ל, נאכן דאווענען שחרית ווען מען האט געוואלט אנפאנגען ליינען נשיא, אבער דער עולם איז געבליבן ווארטן און ווארטן און דאס ליינען פאנגט זיך נישט אן. וואס איז געשען? רז"ל האט פארגעסן אז אום ניסן ליינט מען נשיא און ער איז ארויסגעלאפן תיכף נאך עלינו, כתינוק הבורח מבית הספר. נאכ'ן ווארטן פינף מינוט איז איינער אים געגאנגען רופן און ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט א רויטן פנים, און מען האט געליינט נשיא.
פון הימל שיקט מען אים אונטער די אלע מפלות כדי צו פארשעמען א מענטש וואס האט פארשעמט דעם כבוד פון סאטמאר. די מעשה איז שקר.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 18:32:14
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 21:21 |
|
| |
בדרך הלצה וויל איך צולייגן די פאלגנדע ווערטער: לויט ווי איך הער האט ער בכלל נישט געוואלט צוריק קומען, שמואל טייטלבוים האט זיך צו עם געבעטן ברחמים אז די בזיונות וועט זיין זייער גרויס, אבער ער האט געטענה'ט אז "נשיא" דערמאנט עם די פאקט אז נישט די עדה החרדית און נישט די התאחדות הרבנים ווילן עם אויף נעמען אלס נשיא, ער האט געשריגן אז אזוי ווי ער איז ממלא מקום פון זיין טאטע און אז זיין טאטע איז געווען נשיא דארף ער אויך ווערן נשיא, ער האט זיך איין געקשן'ט ביז שמואל טייטלבוים האט עם געזאגט אז אויב קומט ער נישט צוריק וועט דאס תיכף ארויף גיין אויף היידפארק און דאס האט עם משכנע געווען און ער איז צוריק אריין געקומען בבושת פנים.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/03/2007 23:23:09
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 23:26 |
|
| |
איך האב געהערט די מעשה פון איינעם וואס האט געדאוונט אין יענע מנין. ווי ער זאגט איז עס געווען גרויסע בושות, כאטשיג באמת וואלט די מעשה פונקט אזוי געקענט געשען ביי יעדן אנדערן איד, נאר צו זיין שלימזל איז עס געשען מיטן רב הזאלונים.
כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/3/2007 23:42 |
|
| |
פאר סתם א בעה"ב וואס איז פאריאגט על המחי' קען מען נאך מוחל זיין, אבער א רבי, אן אדמור, איבערהויפט איינער וואס פארופט זיך דער סאטמאר רבי, דער ממלא מקום פון רבינו יואל, איז אזא זאך אומאקצעפטירבאר און יענס געלעכטער.
די זעלבע מיט די יהללוך יענעם ערב פסח, וואס דאס ווייזט איינע פון די צוויי, אדער פלעגט ער קיינמאל נישט באקן ערב פסח מצות, אדער פלעגט ער נישט זאגן הלל, וואס פאר מיר פשוטי המון קען מען נאך געבן א PASS, אבער פאר איינער וואס וויל זיך פארופן כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר איז עס א ביטערע לצנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 21:53 |
|
| |
נאך א מזל אז ער האט אליין נישיט געליינט די נשיא.
ווייל דעמאלס וואלס פרייליך געווען מיט די פסוקים...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
|
|