בית פורומים כל העולם כולו

טויזענטער אין קרית יואל בויקאטירן מצה בעקעריי.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/3/2007 22:35 לינק ישיר 
טויזענטער אין קרית יואל בויקאטירן מצה בעקעריי.

טויזנטער פונטן מצות בלייבן שטעקן פאר די חארונישע מצה בעקעריי אין קרית יואל.

זייער פראפעגאנדע מיט די אריזאנא ווייץ האט שטארק בעקפייערט, און די חארונים טענה'ן אז דוד עקלשטיין און זיינע געלט פרעסער זענען מייקרי השער, און טרייבן ארויף די פרייזן אויף די מצות, פיר פאכיג.

עס האלט אזוי ווייט אז די חארונים אין וויליאמבורג קומען אלע קויפן מצות אין די סאטמארער מצה בעקעריי, (די היפאקריטן פארגעסן פאר א מינוט אז ס'איז דאך גע'גנב'ט פון זיי), די חארונים ווייסן אז אמת'דיגע שמירה מצות מיט אלע הידורים קען מען נאר האבן אין די סאטמארער מצה בעקעריי, וואס רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט מייסד געווען. זיי פארלאזן זיך גאר ווינציג אויף זייער ראשקעבאהא"ג, ס'איז א בחינה פון "עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה". זיי ווייסן גענוי אז די ווייץ פון זייער ראשקעבאהא"ג איז אפילו אויף חמץ נישט כשר, כלש"כ אויף חג הפסח.

עס איז א דבר ידוע, אז די חארונישע מצה בעקעריי האט ארויפגעטריבן די פרייזן פאר שמירה מצות, מיט אזא מין געלט פרעסעריי און געלט גייציגקייט עד אין לשער. יאר נאר יאר האט עקלשטיין ארויפגעטריבן די פרייזן פון 13 דאלאר א פונט ביז דעם ציפער פון 20 דאלאר א פונט, פאר רעגולער ווייץ, און 23 דאלאר א פונט פאר די אריזאנא מצות, אזוי אז אפילו זייער אייגענע מענטשן קרעכצן און פארפירן אז דאס איז ממש מאפיא ביזנעס.

די עקלשטיין קאמפאני דערזעט זיך יעצט מיט טויזנטער פונטן אומפארקויפט. ער פראבירט צו שטופן יעדן איינעם, אבער ער באקומט קאלטע ענטפערטס.

ליצים זאגן אז ער זאל שיקן זיינע חארונישע מצות קיין אריזאנא, אפשר דארט וועט ער טרעפן בעלאנים... ס'איז דאך אריזאנא ווייץ...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2007 23:25 לינק ישיר 

אידעלע, איך קען דערליידן פערדן און איך קען דערליידן מענטשען אבער איך קען נישט דערליידן א פערד וואס וויל מ'זאל מיינען אז ער איז א מענטש

איך קום פריער פון די מצה בעקעריי אין קרית יואל, מענטשן שטייען אין די רייע מען בעט זיך פאר מצות, אבער עס איז שוין גארנישט דא.

איך האב נאך באקומען העלפט וויפיל איך האב געבעטן, (די איבעריגע וועל איך מוזן קויפן אין די גראסערי) דער לעווי האט מיך געבעטן "טוה מיר א טובה און גיי קויפן ביי דוד ראזענבערג, איך האב שוין נישט קיין מצות" און דער עולם האט נישט געוואלט הערן פון עפעס אנדערש, יעדער דארף נאר קרית יואל מצות.

זיי זעהן זיך מיט א שווערער פראבלעם, דער קאסטומער בעיס איז געוואקסען אסאך שנעלער ווי געראכטן, זיי פלאנען צו בויען נאך א נייע מצה בעקעריי כדי צו קענען דאפלען די פראדוקציע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/3/2007 23:28 לינק ישיר 

יא, איך ווייס קלאר אז זיי גייען בויען א נייע מצה בעקעריי. (אין אריזאנא. דאהי דארף קיינער נישט זייערע חמץ'דיגע אריזאנא סחורה).

_______________________________

איך קען דערליידן פערדן און איך קען דערליידן מענטשען וועלכע רעדן ווי פערד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/3/2007 23:30 לינק ישיר 

ביי די וועי.

ביסטו מודה אז דוד עקלשטיין איז דער וואס איז מייקר השער אין די שמירה מצות אינדוסטריע.

די ווילסט עפעס נישט רעדן דערפון, זעט אויס אז די ביסט אויך אנגעווייטאגט.

ביסט אליין שולדיג. נישט עקלשטיין און נישט דיין ראשקעבאהא"ג אינטרעסירט דיין מצב. זאלסט באצאלן ביז באנקראט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טויזענטער אין קרית יואל בויקאטירן מצה בעקעריי.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext