לאמיר זיך נישט נאריש מאכן. ס'איז קלאר אז דאס איז א זיג פאר די זאליס אין זייער PR קאמפיין מיט וואס זיי גייען שוין אן אזויפיל יאר מיט היפשער סוקסעס - און נאר אדאנק דעם קאמפיין האבן זיי מצליח געווען אנצוקומען ביז אהער אין דעם קארופטירטן געריכטליכן סיסטעם וואו PR מאכט זייער אסאך אויס.
פון די אנדערע זייט איז אויך קלאר אז ס'איז א שטארקער תעודת עניות פאר די זאלי קאמפאני, מיט רז"ל אין שפיץ, צו וועלכע נידריגע טאקטיקן זיי דארפן זיך אראפלאזן צו באקומען אביסעלע פובליסיטי, און ווי ליידיג זייער וואגן איז.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט האב איך באטראכט די פונקטן אויף וועלכן די יעניגע "נייטראלע" אבזערווירער האבן באזירט זייער באשלוס (דער געלט פאקטאר איז עפעס ארויסגעפאלן...), און איך וועל עס דא אראפברענגען פשוט אז מ'זאל זיך איבערצייגן מיט די אייגענע אויגן אז די גאנצע זאך איז א שפיל צוגעגרייט פון פאראויס דורך "עמיצן" (און וואס האט לדעתי אסאך שייכות מיט דעם אורטייל פון אפעלאט אפטיילונג די פארגאנגענע וואך!)
1) זענען די רבנים באקאנט נאציאנאל/אינטערנאציאנאל? (20 פונקטן)
2) פארמאגן זיי א מידיא רעפרעזענטאציע? (10 פונקטן)
3) זענען זיי פירער אין זייערע געמיינדעס? (10 פונקטן)
פאראכטן צוליב א שווערע טעות הדפוס.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:34:15
_________________
נשלח ב-28/3/2007 14:48
natrul, יעצט איינמאל בין איך מיט דיר.
אין מיינע אויגן, און די אויגן פון יעדן ערליכן אומפארטייאישן איד, איז עס א גרויסע שאנדע אז די יעניגע רעפארמער זאלן 'אנערקענען' די 'גרויסקייט' פון רז"ל, וואס קוקנדיג אויף די אנדערע אין די ליסטע ווערט שווארץ פאר די אויגן וואספארא 'גרויסקייט' זיי האבן שוין געקענט אין אים טרעפן...
עס איז גוט באקאנט דאס ווארט וואס רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע פלעגן כסדר נאכזאגן פון טשעטשניווער רב אז דעם טאג וואס מען האקט נישט קעגן אים אין די צייטונגען דארף ער מהרהר זיין בתשובה. דער רבי פלעגט ענדיגן מיט א שמייכל אז די צייטונגען האבן אים אזוי פיינט אז זיי לאזן אים קיינמאל נישט מהרהר זיין בתשובה... און דאס איז כסדר געווען סאטמאר'ס שטאלץ אז מיר זענען אפגעפרעגט אין די גאס.
אבער למעשה אין די גוי'אישע וועלט וועט מען מסתמא זיך יא רעכענען מיט די ליסטע. און דאס איז די איינציגע זאך וואס אינטערעסירט פאר איהם און זיינע חברה, צו האבן איינפלוס אין די גוי'אישע גאס. נישט בלויז דאדורך צו געווינען אין געריכט - וואס דער מציאות האט באוויזן אז נאר אדאנק זייער כסדר'דיגער PR האבן זיי באוויזן צו געווינען אזא שוואכע קעיס, נאר אויך צו פרובירן שטערן און לייגן שטיינער אויף יעדן טריט און שריט פאר דעם בלי און וואוקס פון די סאטמארע קהילה אין וויליאמסבורג - וואו זיי האבן געהאט ווייניגער הצלחה אבער אויך אפגעהאלטן באדייטנדע סוקסעסן.
ביי מיר איז נישט קיין ספק אז די גאנצע ליסטע, און איהם אריינלייגן אזוי הויך, איז א בלויזער שפיל פון די זאליס געניטע מידיא ראטגעבער, אין בעפארברייטונג צום אפעלאט געריכט.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:35:54