דאס מאל וועלן מיר גיין צו אונזערס א שכן וואס האט געוואוינט ממש נעקסט דאר, עטליכע גאסן פון הייליגן וויליאמסבורג, אין קראון הייטס געגענט פון ברוקלין.
געוואוינט האט דארט א איד וואס פילע האבן מעיד געווען אז אין זיין דור איז ער ווארשיינליך געווען די מערסטע נאנט צו די מעלות וואס משיח ברויך צו האבן, און דעריבער האט מען געקענט איינרעדן זיינע תמימות'דיגע חסידים אז אט דער איז טאקע אויף וועמען מיר ווארטן שוין אזוי לאנג.
אויף דערווייל בין איך נאכנישט אנגקומען צו הערן די דרשה פון אונזער באליבטען זייפן הרב משנה סופר, וואס האט אים שיין מספיד געווען און אים צולייגט ווי נאר ער קען אזוי גוט אראפמאלן די אלע פושעי ישראל וואס גייען נישט אין שפאן.
ווייל אויף אים האט קיין איינגיצער גדול נישט געזאגט ברבים קיין קריטיק, ווייל אין זיין עצם גאנג איז נישט געווען גענוג אים אראפצורייסען, הגם ער איז היפש געגאנגען אויף די נערווען פאר די "היימישע" רבנים,
אבער איין מעלה האט ער געהאט איבער הרב קוק זצ"ל וואס ער איז געווען א רבי איבער א עדה חסידים, וואס איז געווען א דינאסטיע פון דורות, און זיי שווער האט שוין צוגעגרייט דעם באדען פאר אים,
משא"כ הרב קוק זצ"ל איז געווען א סעלף מעיד מען און ער האט נישט געהאט דעם כח פון גקולע גבאים ווי אזוי צי פריען זיין אויסערן פאליטיק,
_________________
נשלח ב-28/3/2007 19:53
a to z
איך בין נישט דא אויף אויף היידפארק צו שמועסען וועגען רבנים, און אוודאי נישט קעגען אבער איך מיין אז יעדער קענער וואס האט געליינט דיינע לעצטע תגובות דא אין אויך אין א פריערדיגע אשכול קען מעיד זיין אז די ביסט גאר א שוואכע היסטאריקער.
פארגעס נישט אז היסטאריע איז א פאקט אין דאס האט נישט מיט געפילען.
איך מיין פאר די שרייבסט זאלסטו מאכען אביסל מחקר כדי נישט צו זיין לעג ולקלס.
נשלח ב-28/3/2007 21:16
די ווייסט וואס היסטארי מיינט ?
HIS STORY
ביטע שרייב פאקטען, און קום נישט מיט דיינע הקדמות.
_________________
נשלח ב-29/3/2007 00:39
I don't want to go in to politics, and of coarse i'm not intending to talk against a godul, but you're big time mistakin' with your statement that non of the rabbonim made any statement or remark against the chabadsker, this is totally wrong, there was lots of critic against him from many many gedolim form mild to extreme, (let's not talk from the litvish gedolim...)i
נשלח ב-29/3/2007 06:11
קאמענטאטאר,
יישר כוח פארן לינק, אבער איך וואלט ענדערש גענוצט דעם אביעקטיווען לינק ווי יעדער איז בארעכטיגט צו ברענגען זיין מיינונג.
און אוודאי ביסטו גערעכט, און איך האב שוין פריער צוגעברענגט איין גדול...
וואס קנאקט שטיקער פון אים... און אויך הרב שך זצ"ל און נאך האבן זייער מיאוס גערעדט איבער זיין פערזענליכקייט.
נשלח ב-29/3/2007 09:32
ביז די משיח געשעפטן האבען רוב רבנים געשעצט לובאוויטש,
און די משיח סינדראם איז נישט קלאר אז דער רבי איז אומגאנצען שולדיג אין דעם,
_________________
נשלח ב-29/3/2007 17:33
דיפלאמאט, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז ער איז געווען אז שייגאץ ? וואס אויף דעם פרעגסטו צו ער איז געווען 'אזא' שייגאץ?
יאך האלט אז ער איז געווען א רבי צו זיינע חסידים, פונקט ווי אלע אנדערע. און אויב דיין שאלה איז פארוואס אין סאטמאר האלט מען נישט פון איהם? איז די תירוץ פשוט, ער איז געווען א גרויסער מתנחל, ער האט פארפירט אז מ'טאר נישט אויפגעבן אף צעד ושעל, און אין סאטמאר לויט וויאזוי סאטמאר רב שטעלט אוועק אין זיין ספר גרעניצט זיך דאס מיט כפירה אין די שלש שבועות וואס גאט האט באשוואוירן די אידן. און צוליב דעם איז ער נישט אננעמבאר ביי דעם קרייז.
מה כל הרעש??? ווער האט געזאגט שייגאץ???
_________________
נשלח ב-29/3/2007 19:50
atoz
מאכסט מיך לאכען.
מען האט זיי אפילו נישט אין מויל אריינגענומען ביז דעמאלז.
נשלח ב-29/3/2007 21:27
ווער מיינסטו "מען" איך האב געזוכט אויף די אינטערנעט אין נישט געטראפען קיין שום מענטש אדער ארגענעזאציע וואס הייסט אזוי.
פליז ווער איז "מען" ?????
די מיינט אודאי די וואס וואוינען אין 11211
_________________
נשלח ב-29/3/2007 22:37
פאקטען מיינט למשל
ער איז געווען דער ערשטער (גדול, מנהיג, רבי) וואס האט מרים יד געווען בתורת משה
און איז זיך געגאנגען מתדיין זיין בערכאות של עכו"ם.
(אפשר האט ער געמיינט אז ער וועט לעבען אויף אייביג?)
ער האט מוצא ממון געווען בפועל דורך ערכאות של עכו"ם
מיט זיין טענה אז דער שווער לעבט און איז נשיא.
דער מחבר אין שו"ע חו"מ סימן כ"ו סי' א' זאגט אזוי
וכל הבא לידון בפניהם הרי זה רשע וכאילו חירף וגידף והרים יד בתורת משה.
הגה ויש ביד בי"ד לנדותו ולהחרימו.
קוק אין חידושי רעק"א אין דער זייט פונעם גרויסן שו"ע, שרייבט ער אזוי
והוא פסול לעדות כמו כל גזלן.