|
|
| נשלח ב-1/4/2007 21:59 |
|
| |
...עס איז גענוג אז מען האט פון דא פארטריבן איינע פון די בעסטע שרייבער צוליב נארישע קריטיק.
ידידי דיפלאמאט, דו טוסט ריפיטען איינמאל און ווידער אמאל אז "מ'האט פאטריבען א גוטע שרייבער פון דא צוליב מ'האט אים קריטיסייזד", במחילת כבודך הרמה, דו האקסט אין טשייניק פאר גארנישט,
1) אויב קריטיקירן אנדערער שרייבערס, איז יענע פאטריבענע שרייבער געוועזען די גרעסטע פליקער און קריטיקירער פון אלע שרייבערס... 2) ער איז נישט פאטריבען געווארען פון קריטיק פאר, ער איז "האנטלאפן" פון דא, ווייל ער האט זיך געגראבען א גרויסען טיפען גרוב, און ער איז דארט אריינגעפאלען!
ער האט געמאכט א גרויסע גרוב פאר עמיצן אנדערש אין א אנדערע פארום, און ער איז אליין אריינגעפאלען אין עס, צוזאמען מיט אלע שמונה בגדים און פינעף ניקים מיט איינמאל...
בור כרה ויחפרהו ויפול בשחת יפעל....
סאו אפשר איז אן איידיע אז דו ווילסט ווארענען אקעגען קריטיקס, זאג אזוי: "פליז נישט קריטיסייזען, ווייל אויב יא קען מען האבען אזא סוף ווי יענע שרייבער וואס האט אייביג קריטיסייזד, און ער איז אליין געווארען א וויקטים פון זיין אייגענעם קריטיק"
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 22:07 |
|
| |
קאפלין
הגם אין השקפה בין איך סאך נענטער מיט דיר ווי מיט יענער שרייבער, אבער איך בין שטארק מחולק מיט דעם וואס די שרייבסט קעגען זיין כאראקטער..
ער האט געשריבען זייער מענטשליך, און הגם עס איז זיך נישט געועון גרינג זיך מתווכח זין מיט איהם, ווייל ער איז א גרויסער ידען, איז עס נישט קיין תירוץ אויף קערעקטער עסעסינעשאן.
תוקן על ידי גורארי ב- 01/04/2007 22:12:19
|
|
|
|
| נשלח ב-1/4/2007 22:19 |
|
| |
וויאזוי פארשטייסטו וועמען איך בין מרמז? כ'האב בכלל נישט געשריבען קיין נאמען..
אין פעקט, אסאך שרייבערס האבען ליב צו אוועקמאכען רבנים און רביס אויב ס'שמעקט זיי נישט וואס יענע האלט אדער טוט, אבער כמעט קיין איין שרייבער האט נהישט אזוי געפליקט און געשמיסען רעכטס און לינקס ווער ס'איז געווען אקעגען זיין אינטערעסט
די סעים רב האט געקענט זיין איין טאג א גדול הדור, ווייל ער האט למשל נישט געקויפט יענע סערטעין פלייש, און מארגען אויב האט יענע רב געדענקט אין השקפה עפעס אנדערש ווי אים איז ער תיכף געווארען א עם הארץ און א באם
די גרעסטע ראי' איז ביי זיין גסיסה אין א אנדערע פארום, דערט קען מען זען וואס ער האט "געוואלט" טון מיט עפעס א אנדערע רב, און ס'האט געשלאגען אים צוריק אין פנים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2007 00:05 |
|
| |
chaplain: איז דא גערעכט,
א שרייבער ווי ער איז געווען, ווערט נישט באליידיגט פון קריטיק, אזוי ווייט צו ענדיגען שרייבען, נאר וואס דעם, עפעס איז פארגעגאנגען כנ"ל, און ער האט גענוצט דעם קריטיק תירוץ צו פארשווינדען ווערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2007 18:33 |
|
| |
טשאפלעין היקר,
יעדער האט א רעכט צו קריטיקירן
א צווייטן שרייבער. פאר דעם איז דער פורום געמאכט געווארן און דעריבער שרייבט מען
אונטער א באהאלטענעם ניק. דאס מיינט אבער נישט אז מען מעג יענעם אריינפארן אויף
זייטיגע חסרונות וואס יענער האט, ווי מען האט געטוהן ווען מען האט באשריגן יענעם
שרייבער אז ער ספעלט נישט גוט, און די אויגן פאלן ארויס ליינענדיג זיינע מאמרים,
ווען באמת האט דאס קיינעם נישט געשטערט און דער איינציגער פראבלעם וואס יענער האט
געהאט איז געווען אז ער האט געשריבן אנדערע מיינונגען ווי למשל דער משמרת
חלומותינו.
און לכאורה איז ער טאקע נישט
אוועק צוליב דעם סיבה אליינס, און ווי ער האט געשריבן עטליכע מאל אז ער גרייט זיך
אוועקצוגיין, אבער זעט אויס אז ער האט זיך נישט געקענט ברענגען דערצו, און ווען
מען האט אים גענומען פליקן וועגן זייטיגע זאכן, האט ער דאס גענוצט.
דאס זעלבע האט מען זיך דא
גענומען שיסן אויף אונזער באליבטער אטאז, וואס ווען מען שרייבט לענין, און מען
ווייזט אים אויף אין זיין טעות איז איין זאך, און ער וואלט דאס אפילו רעספעקטירט
אבער זיך נעמען שרייבן אויסדרוקן וואס פאסט אפילו נישט פאר דעם שרייבער זעלבסט אין
אן עוולה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2007 19:57 |
|
| |
דיפלאמאט
תודה רבה
i am really moved by your fairness
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2007 07:38 |
|
| |
כמובן שהאדמו"ר היה קדוש וטהור, אך לומר שאף אחד לא יצא נגדו שאף אחד לא יצא נגדו עד הרב שך זה לעג להיסטוריה.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2007 23:27 |
|
| |
דיפלאמאט היקר
אנטשולדיג מיהר שטארק, אבער איך וועל נאר רעאגירען אויף דעהם אשכול וועגען הרבי רמ"מ מליבאוויטש זצ"ל, אויב דו וועסט מבטיח זיין אז דער נעקסטער אויף דיין ליסטע פון ספק שקצים וועט זיין ר' יואל זצ"ל הרבי מסאטמער.

|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2007 06:21 |
|
| |
ליבער באטשי,
איך מאך מיט דיר א דיעל.
אריינצולייגן אזא אדם גדול אין די קאטעגאריע קען איך נישט. לויט וויפיל איך האב א ידיעה אין היסטאריע האב איך נישט געהערט אז אידן פון אנדערע חסידות'ער, זאלן אים ארויפלייגן די שיינע צונעמען (אפילו די וואס האבן פיל געליטן פון זיינע מענטשן).
איך וועל אבער מקדיש זיין א באזונדערע אשכול איבער דעם איש אלקים, ווען די צייט וועט ערלויבן.
אצינד לאמיר הערן וואס דו האסט שוין אויפגעאקערט איבער דעם צדיק וואס דער אשכול איז מוקדש לכבודו.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2007 15:46 |
|
| |
דיפלאמאט היקר אגוט מארגן .
אהן אריין צוגיין אין פאקטן. לאמיך פארשטיין דיין לאגיק.
דו לייגסט אריין א צדיק אין דעם אשכול וואס דו ביזט אליין מודה אז עס נישט מכובד, בלשון המעטה און סאיז א שטארקער זלזול בכבודו. מחמת דעהם וואס זיינע קעגנערס האבן זיך אויף געפירט צו איהם זעהר געמיין
אבער דו וועסט אבער ח"ו נישט מזלזל זיין בכבוד פון זיינע קעגנערס. פארוואס? ווייל ער מיט זיינע חסידים האבן זיך אויפגעפירט איידל.
ווער געדענקט נאך די שלש סעודות תורה תשכ"ח פון רבנו זי"ע ווי ער האט פארגאסען כנחל דמעה אויף די פסוקים אים מלאכי
"חזקו עליי דבריכם , אמר ה'; ואמרתם: 'מה נדברנו עליך' - אמרתם: 'שוא עבוד אלהים; ומה בצע כי שמרנו משמרתו, וכי הלכנו קדורנית, מפני ה' צבקות, ועתה אנחנו מאשרים זדים, גם נבנו עושי רשעה, בחנו אלוקים וימלטוו!'
מי יגלה עפר מבין עיניך
|
|
|
|
| נשלח ב-12/4/2007 22:21 |
|
| |
דער "צייטשריפט" מיט עטליכע וואכן צוריק מאכט מטעמים פון ליובאוויטשער רבין מיט די משיחיזם, מיך האט עס גוט פארדראסן ווי ער מאכט דארט ליצנות אויף כח פון די גאנצע חב"ד מיט איר רבי'ן ז"ל (?).
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2007 00:37 |
|
| |
בייטש, זעט אויס אז דיפלאמט האלט נאכנישט אז ער איז א שייגעץ.
וואס ער האט דיר געטון ווייס איך נישט. עפס האסטו אים זייער פיינט. ער האט דיר נישט געוואלט מאכן פאר רב ביי איינע פון זיינע מוסדות?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2007 01:46 |
|
| |
ruv?
He didn't want to accept him as bus driver... so he got mad at him
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2007 03:08 |
|
| |
איך האב געמיינט צו שרייבן "רבי" נישט רב. א מלמד. פאר א באס דרייווער האב איך נישט מורא ער זאל זיין., וועט ער טראגן אפאר קינדער אין חדר. א מלמד האט מען מורא געהאט אז ער אריינלייגן שלעכטע השקפות אין די קינדער.
שלעכטע השקפות? ער איז דאך א גרויסער שרייבער אויף היידפארק. נאר אין די מוסדות איז עס נישט גוט. סאטמארע קינדער קען מען נישטלערנען אז קוק און לובאביטש זענען צדיקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2007 03:16 |
|
| |
יאגעלע טשעפלעין
דשזאסט א טעסט צו איהר זענט טאקע סאקמוירים
אין וועלכן קאנטעקסט האט דער רבי געזאגט דעם פסוק הנ"ל פון מלאכי?
|
|
|
|
|