| נשלח ב-13/4/2007 04:30 |
|
| |
Me a satmar? you don't even know how good the joke is
|
|
|
|
| נשלח ב-13/4/2007 20:46 |
|
| |
און אויב מען קען נישט אלע תורות קען מען נישט זיין א סאטמארע\סאקמארע?
עס איז די באוויסטע נשא תורה
ער האט אויך גערעדט פון די נעקסטע פסוקים?
אז נדברו יראי ה אויף היידפארק?
באט וואס א חילוק אויב מיר זענען סאטאמרע?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/4/2007 09:38 |
|
| |
לענ"ד איז עס דער קעפעל פון דער אשכול א חוצפה נוראה.
מילא ווען מען דיסקוסירט הרב קוק, למעשה זענען געווען קדושי עליון וואס האבען זיך גאר שארף אויסגעדריקט אויף אים. צו ווייל זיי האבען אים געקענט צו נישט, צו ווייל זיי האבען געהאלטען אז דאס איז די איינציגסטע וועג לוחם צו זיין מיט די מזרחי וואס איז למעשה געווען א מסוכנ'דיגער זאך לכל הדעות צו ווייל זיי האבען טאקע אזוי געהאלטען, איז שוין אן אנדערע מעשה.
אבער בנוגע דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל, ווייס איך נישט פון קיין איין גדול בישראל וואס איז ביי מיר אנגענומען אלץ א גדול בישראל, וואס זאל האבען גערעדט אויף אים אויף דעם געמיינעם גאסען אופן וואס מען רעדט אויף אים אין וומסב"ג.
און טו מיר א טובה ברענג מיר נישט קיין קוואוטס פון קיין ליטווישער גדעילים וואס איי קודנט קעיר לעס וואס זיי האבען געהאלטען אין עני נושא אין אידישקייט.
פונקט ווי עס איז מיר גאר ווייניג נוגע וואס זיי האבען געהאלטען וועגען סאטמאר, בחירות, קניידלעך און גארטלעך, איז עס ביי מיר נישט מעלה און נישט מוריד וואס - די וואס זייער לעגעסי לדורות הבאים א טיפען פערמענאנטען פילוג ביים חרד'ישע עולם אין ארה"ק - האבען געהאלטען פון איינעם וואס זיין דירעקעטער לעגעסי איז דער גרעסטער קידוש השם בדורנו, די א"ג בעל תשובה מאוומענט.
(דער מאשיאך מאוומענט איז אן אנגעווייטוגטער נושא, וואס איז נגרם געווארען פון דעם וואס זיי האבען נישט אויף גענומען קיין נייער מנהיג, כידוע מהבעל שם הק' שבמקום שיש עשרה מישראל ואין עליהם מנהיג, נעשה הס"מ המנהיג עליהם.)
למעשה רעדט מען דא פון א איד וואס האט לכל הדעות אוועק געגעבען זיין גאנץ לעבן פאר כלל ישראל.
אידען וואס האבען קיין שום קשר מיט אידישקייט נישט געהאט, יודען וואס האבען קוים געוויסט אז זיי זענען בנים למקום, ער איז געווען זייער איינציגער קשר מיט אידישקייט. ער מיט זיינע לכאורה זינלאז אויסזענעהדע מבצעים, דאס האט זיי דערמאנט אז זיי זענען אידען.
קאן טאקע גאר שטארק זיין אז פון דעם איין מאל תפילין לייגען, פון דעם איינמאל אן צינדען שבת ליכט, זענען זיי קיין בעלי תשובה נישט געווארען, האט דאס זיכער אזוי פיל אויף געטוען אז זיי האבען נישט אין גאנצען פארגעסען אז זיי זענן מזרע אברהם יצחק יעקב. זיי זענען נישט אינגאנצען אסימילירט געווארען, און לכה"פ די קינדער זייערע זענען נישט פארלוירען געווארען און ארויס מכלל ישראל.
ווי מען גייט נאר אין אמעריקא, ווי עס געפונט זיך נאר א איד, ווי עס קען זיך נאר אפילו מאכען א איד איבערען וועלט, האבען זיי א פרעזענס. זיי האבען א בימ"ד ווי אן אלטער גרענד פאדער ברענגט א מאל זיין גרענד סאן הערען א קדיש'ל, א מקוה טהרה מען זאל קענען פועל'ן ביי אידיש קינד זי זאל אמאל האלטען טהרת המשפחה, כשר פלייש וכו' וכו'.
די אלע זאכען אפילו עס דרייט נישט איבער דער שטאט און עס ווערען נישט קיין מאסען בעלי תשובה, טוט עס אויף אזוי פול - חוץ א טובה פאר דעם היימישער ביזנעס מאן וואס פאלט אמאל דארט אריין - אז די הייפעלע בנים הנדחים וואס געדענקען קוים זיי זענען אידען, זאלען נישט אינגאנצען פארפאלען ווערען לדורות עולם.
דאס איז אפגערעדט פון די ממש הונדרעטער טויזענטער יודען אין רוסלאנד במשך די קאמינסיטישער יארען וואס ער איז געווען דער איינציגעסטער וואס האט זיך אום געקוקט אויף זייערע צרכים רוחניים און זיי דערהאלטען ביים אידישקייט. קיין ספק שבעולם ווען נישט די פעולות פון זיינע שלוחים דארט וואלט א ריזען חלק פון זיי אין גאנצען פון אידישקייט פארגעסען לדיראון עולם.
באדעם ליין,
דער בורא כל עולמים האט הונדרעטער טויזענטער בנים שובבים וואס זאגען היינט שמע ישראל א דאנק דעם איד.
ווער דא האט די חוצפה צו עפענען דאס פיסק און אזוי רעדן אויף אים!
און אויף דעם נאמען וואס מען האט פריער דערמאנט דא אז ער האט גערעדט אויף אים, ערבך ערבא צריך, און איך וועל צו לייגען וד"ל, ווייל איך בין פשוט נישט אין דער מוד צו עפענען א נייער אשכול איבער אים.
בנוגע דעם סאטמאר רב ז"ל, וויפיל איך האב זיך נאר נאך געפרעגט ביי די (פאר באגלייבטע) נאנטער שטוב מענטשען, האב איך קיינמאל נישט געהערדט אז דער רבי זאל האבען גערעדט אויף אים מער ווי אויף אנדערע רבנים פון אגודה און יענע קרייזען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 03:46 |
|
| |
דיפלאמאט שרייבט:
טייערע אידן,
דער וועג פון משפיל זיין אנדערע שרייבער צוליב דעם וואס יענע האלטן אנדערש גייט זיך בעזר השם אויפהערן.
עס איז גענוג אז מען האט פון דא פארטריבן איינע פון די בעסטע שרייבער צוליב נארישע קריטיק.
אז מען האלט אנדערש, מעג מען זיך אויף א בכבודיגער אופן ארומ'טענה'ען, אבער פארשעמען איז א געפערליכער עוולה.
אטאז האט זייער גוט געענטפערט ווען ער האט געבעטן אז מען זאל ענטפערן און רעדן צו דער זאך, און נישט פליקן אבי אין דער וועלט אריין.
יישר כח הער דיפלאמאט פאר זיך אננעמען פאר די אנגעפליקטע שרייבערס אין דעי אשכול און אויך אין אנדערע ווי דו בעטסט אזוי דעים עולם נישט אריינפליקען קיינעם, איך וויל נאר פרעגען צו דאס איז שייך אויך ביי מיר אדער אנדערע שרייבערס וואס שרייבען אין א אנדערע ריכטונג ווי דעי וועים דו באשוינסט אזוי שטארק?
מיך האט מען עטליכע מאל באוואשען און געשריגען איך זאל מיר גיין פון דא, און קיינער זאל מיר נישט ענפערען וכדומה, מן הסתם מיינסטו מיך אויך צו באשיצען פון אזוינע אנפעלער, א דאנק דיר חשובער דיפלאמאט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 06:12 |
|
| |
באטשי,
איך בין אויפגעצויגן געווארן
אלע יארן צו האבן א טיפע האס קעגן סיי ווער עס האלט עטוואס אנדערש ווי 'אונז', און
איך גלייב אז רוב פון די ליינער דא זענען אויך פון דעם חדר, און בחסדי השם האב איך זיך געדרייט אויך ביי אנדערע אידן וואס פון זיי האב איך געהערט אז דער בורא האט געגעבן זיין תורה פאר מער ווי א קליינער צאל אידן, און אויך זיי זענען בארעכטיגט צו לאזן הערן זייער דעת תורה, דעריבער פרעג איך אויב איז ער טאקע געווען דאס וואס מען האט אונז אויסגעלערנט.
געזאגט,
דו שרייבסט זייער גוט און צו
דער זאך, איך האף אז מיר וועלן קענען ליינען נאך פון דיין זאכליכן פעדער.
איבער דעם וואס דו האסט טענות
אז דער אשכול איז נישט אויסגעהאלטן און א פגיעה בכבודו, מיין איך אז עס איז נישט
אינגאנצן אזוי, ווייל קיינער וועט נישט קלערן אז איך האלט אז ער איז געווען דאס
וואס מען האט אויסגעלערנט די וויליאמסבורגער אינגלעך.
און לעילו נשמת פון ר' אביגדור
מילער ז"ל וועל איך אראפברענגען וואס איך האב געהערט ווי איינער האט אים
געפרעגט וואס ער האלט פון ליובאוויטש, און ער האט זייער שיין ארויסגעברענגט ווי
חשוב דער חסידות איז און במתק לשונו האט ער מסביר געווען אז זייער צוגאנג ווי אזוי
צוריקברענגען אידן לאביהם שבשמים איז דער בעסטער, ווען זיי טאנצן און זינגען און
געבן צו עסן און טרינקען לחיים פאר די בלאנזשענדע נשמות און דורך דעם טוהט מען זיי
צוציען צום בורא.
א חבר מיינער איז געגאנגען צו זייער שטובל אין די נארט גאסן
נעבן וויליאמסבורג פאראיאר סוכות און האט געזען ווי אזוי זיי האבן צוגעשטעלן א
שמחת בית השואבה אנגעגרייט א טיש מכל מיני מדענים און משקאות אויף זייער געבויטן
סוכה אין פארנט פון זייער ביהמ"ד, און צוגעזען ווי עס גייט צו די עבודת
הקודש, און איז זייער נתפעל געווען פון די ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אין די
צעפארענע ארטיסטן.
שויתי טייערער,
ב"ה אז מען זעט דיר צוריק דא. מיר גלייכן יעדן שרייבער נישט קיין חילוק פון וועלכער צד ער באלאנגט און ווען איך האב דאס געשריבן האב איך אין דעם אויך אריינגערעכנט די וואס האלטן אנדערש ווי מיר.
איך קען זיך נישט דערמאנען ווען מען האט דיר פערזענליך באוואשן. פארשטיי, אז איך מיין נישט ווען מען מאכט חוזק פון יענעם אז ער רעדט נישט צום דבר אין דעם ענין וואס מען רעדט דורך, ווי עס האט שוין כמה פעמים פאסירט אז מען האט דיר געפרעגט זייער נארמאלע פראגעס און דו האסט זיך ארויסגעדרייט דערפון מיט אלע סארט נארישע תירוצים. אבער אויב מען נעמט זיך איבער סיי וועלכן שרייבער איבער פערזענליכע זאכן ווי למשל, וויפיל ער קען היסטאריע אדער אויב ער איז א גוטער שרייבער איז א געפערליכער פארברעך.
און זיי מיר מוחל אויב איך האב פארזען אזא עוולה קעגן דיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 21:48 |
|
| |
דיפלאמאט
איך האב הנאה וואס דו האסט פארציילט פון הרב אביגדור מיללער ז"ל. האמת אגיד איך האב געהאט א פראבלעם מיט זיין ליטווישקייט. דו האסט דאס אליין געהערט פון איהם דעם קאמענטאר וועגען ליבאוויטש?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 23:46 |
|
| |
איך האב דאס געהערט פון אים אליינס.
באמת איז דאס א נושא לעצמו זיין ליטווישקייט, וואס איך האב צוצוגעבן דערוועגן, האפנטליך אביסל שפעטער אין דעם אשכול וואס איז געווידמעט לכבודו.
|
|
|
|
|