| נשלח ב-28/3/2007 16:51 |
|
| |
30 זאלי בחורים פליען ארויס פון ישיבה קטנה. ס'פלאקערט....
קוים איין מערכה ענדיגט זיך ביי די זאלונים, און שוין איז א צווייטע ביים שוועל.
אט די מערכה איז נישט אבי וואס. עס האנדעלט זיך מיט בערך 30 בחורים, יונגע בחורים וואס דער מנהל טייטלבוים (זון פון משה דוד) האט באשלאסן אז ער גייט זיי ווארפען, ווייל זיי זענען פארדארבענע בחורים און מ'דארף פון זיי פטור ווערן.
טייטלבוים האט עס דורכגערעדט מיט חיים יצחק מאנדעל, וועלכער האט דורכגעקוקט די ליסטע. מאנדעל האט אראפגענומען עטליכע בחרים און צוגעלייגט עטליכע אנדערע, באזירט צי זייערע עלטערן צאלן רעגולער שכר מלומדות אדער נישט. הקיצור די נישט צאלערס, און נאך אויסווארפען אויך האט מען באשלאסן צי שיקן ליפטערן.
איצט הייבט דאס פייער אן זיך צו צושפרייטן. צענדליגער עלטערן, פעטערס און קאזינסס שרייען געוואלד, אז מ'האט נישט קיין רעכט צו ווארפען בחורים, ווי זאלן זיי גיין. ווי איז דאס געהערט געווארן? אבער טייטלבוים וויל ווייזען אז ער טויג איז ער שנעל געלאפן צו רז"ל און דער נועם המידות האט אים גערעכט געגעבן זיך נישט צו דערשרעקן פן די טאטעס, מאמעס און פעטערס.
דא האט זיך אריינגעמישט דער חבר הבית דין, ר' חיים דוד כ"ץ און שרייט אז ער גייט מאכן א "ישיבת בית דין"... און וועט פסק'ן צי האט טייטלבוים דאס רעכט צי ווארפען די בחורים.
משה גבאי האט געשיקט ווארענען ר' חיים דוד כ"ץ אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו מאכן א טומעל מיט די דיינים, ווייל אזוי וויל "דער רבי"... הרב כ"ץ האט אנגעפיפן און געלאפן צו הרב פילאפף און הרב וויינבערגער און הייבט אן שטורעמען אז די ישיבה מוז צוריקנעמען אלע בחורים, און מ'קען דאס נישט טאן.
חיים יצחק מאנדעל באקומט פרעשער פון פארשידענע זייטן, און עס הייבט אן צו קאסטן געלט, וויל ער שוין צוריקציען, דא האט ער יעצט ר' חיים דוד כ"ץ דא האט ער משה גבאי, דא שרייט שמואל קאמפאוט אז רז"ל ווערט שוין ווידער א לוזער, ס'איז שוין נאך א "ברך משה" פרשה.
מיר אלע לאכן, אבער 30 פאמיליעס וויינען און וועלן נעבעך האבן א צושטערן יום טוב.
תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 28/03/2007 17:27:26
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 17:14 |
|
| |
ווער איז דער טייטלבוים?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 20:42 |
|
| |
אזעלכע משוגעים ווי די ארונים האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען.
זיי האבן זיך געעפענט פיר ישיבה'לעך (תורה'לעך בלע"ז), און דארט קלויבן זיי זיך נשמות.
קיין איינע פון די ישיבות איז נישט אבליגעיטעד אנצונעמען יעדן בחור, און דאס פארשטייען זיי גוט. ווען סאטמאר לאזט וויסן פאר עטליכע עלטערן אז זייער זון איז נישט געאייגענט פאר די ישיבה, מאכן זיי א ויצעקו, געוואלד, מ'האט נאך אזוינס נישט געהערט.
די איינציגסטע ישיבה וואס נעמט אריין אלע גארבידזש איז די מאנראער קאלידזש, דארט איז כל צרוע וכל זב אקצעפטירט און וועגן דעם טראגט עס טאקע דעם נאמען.
אפאר היידפארק יונגלעך וועלן נישט איינטיילן פאר רבינו שליט"א וויאזוי צו פירן די קהילה און די מוסדות, רבינו הק' בעל בירך משה האט אים איבערגעבן דעם שבט ההנהגה, נישט פאר אפאר לויזיגע באמעס וועלכע זיצן א גאנצן טאג אין היידפארק.
ויסכר פי דוברי שקר.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2007 21:04 |
|
| |
וואס מיינט שבט ההנהגה?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 00:00 |
|
| |
אידעלע, איך ווייס נישט וואס די מעשה דא איז און אויב סאיז אמת, פון דיך קוקט אויס אז יא. אבער דאס איז זיכער אז די "תורה" ישיבות איז קיין פארגלייך מיט די עמטליכע ישיבה קטנה פאר א מוסד וואו דער אינגל/בחור האט געלערנט אלע זיינע יארן.
סאיז אמת אז די תורה ישיבות האבן אלע יארן געהאט די עדווענטעזש פון זיך קלויבן, אבער למעשה האט מען אלעמאל זיכער געמאכט אז יעדער אהרונישער בחור זאל האבן וואו צו גיין. באר התורה האט זיך ארגינעל געפענט פאר שוואכע בחורים. נאר אדאנק די געלונגענע פירערשאפט פון הרב ? אשכנזי איז עס געווארן א טאפ ישיבה וואו מהאט אויפגעארבעט אפילו די שוואכערע בחורים צו זייער א הויכע לעוועל.
שקל שלם !!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 04:27 |
|
| |
זשוליאני08, די ענדיגסט דיין מעשה מיט
"מיר אלע לאכן, אבער 30 פאמיליעס וויינען און וועלן נעבעך האבן א צושטערן יום טוב."
דא האסטו ארויסגעוויזן דיין אמת'ער כאראקטער און די כאראקטער פון די אלע וואס זענען נכלל אין דיין "מיר אלע"
מען האלט דא קנאפע צוויי וואכן פאר דעם "מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרין שירה" אבער ביי איין טייל פון חסידים איז
"מיר אלע לאכן, אבער 30 פאמיליעס וויינען און וועלן נעבעך האבן א צושטערן יום טוב."
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 19:54 |
|
| |
עס זענען פאראן הונדערטער ארונישע באמעס אין די גאסן
קיין איינס פון זייערע ישיבות נעמט נישט אן יענע בחורים
וואו איז דער הארץ פון ענקערע פיהרער?
ווי איז זיין אחריות?
ווי איז דער רחמנות פאר די ארונישע טאטעס וועמענס הערצער זענען צעריסן און האבן ליידער א צישטערטען יום טוב?
הא?
איך וויל הערן א ענטפער?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 21:52 |
|
| |
מען האט ארויסגעווארפן די 30 בחורים ווייל... זיי האבן געמאכט א פורים רב שלא ברשות המנהל.
אויף קומענדיגן זמן וועלן אי"ה זיין נאך 30 ביקעס אין KW קלאב, צו קענען אנברעכן די ביינער פאר די ועד הצניעות עסקנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2007 22:24 |
|
| |
מאך שוין בעסער די זשאוק, זאג אז מהאט זיי ארויסגעווארפן ווייל זיי האבן געלערענט ברך משה...
כאילו די ארונים האבן זיך נישט ארומגעשפילט מיט צענדליגער אידישע נפשות. די הייליגע תורא ישיבעלעך האבן אלע פון זיי בלוט אויף די הענט, פשוטו כמשמעו! זייער אייגענע גארביטש האבן זיי געווארפן אויפן וואסער, נאכדעם וואונדערן זיי זיך אז זיי דארפן זיך מוטשענען מיט אזויפיל באמעס.
ווען נישט איך ווייס אז דער ארונישער מנהל וועט מיך חוסם זיין, וואלט איך דא געשריבן איבער 10 נעמען וואס איך אליינס ווייס וועמען זיי האבן ארויסגעווארפן פאר פלעין, נאר ווייל ער איז נישט געווען גענוג הייליג פאר זייערע ישיבעלעך.
|
|
|
|
|