בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #3

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/3/2007 23:49 לינק ישיר 
איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #3


אצינד לאמיר גיין צום קומענדיגן באנדיט וואס מען האט אויסגעלערנט פיינט צו האבן.

דאס מאל וועלן מיר גיין צו אונזערס א ידיד הרב שלמה קארליבאך ז"ל.

וואס זאגט איר?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2007 00:29 לינק ישיר 

אפשר א קעפעל אויף דיינע צדיקים וואס זאל ליינען אזוי...

איז ער טאקע געווען אן ערליכער?

איז ער טאקע געווען א תלמיד חכם?

איז ער געווען א בעל מדות ?

הא ווי שמעקט דיר נאר דער קעפעל ?

שרייבען אויף א איד "שייגעץ"?

איינער פון דיין חדר באקומט א ודאי פון דעם א orga....

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2007 20:46 לינק ישיר 

אוואו איז באטשי?

ניטא ווער ס'זאך אננעמען פאר דעם צדיק וקדוש קרליבאך?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2007 23:35 לינק ישיר 

אבי מלעבט

איך בין מסכים מיט דיין גאנצע ליסט מיט מעלות אבער א" שייגעץ" איז ער געוועהן.

אזוי ווייסט יעדער בר בי רב. אז ווער סטאנצט מיט נשים איז א שייגעץ!

ער האט אוודאי געהאט גרויסע אין וויכטיגע טעמים פארוואס ער האט דאס געטוהן. 
 
קען אפילו זיין ער איז אריין אין א הויכן היכל אין גן עדן שאין כל בריה יכול לעמוד במחיצתו. אבער ווער עס טוט דאס וואס ער האט געטוהן, הייסט ביי אונז חסידים א שייגעץ.
 
א שייגעץ מיט א גוטן תירוץ.

און לפענ"ד איז ער אליין געוועהן  זיין דער ערשטער וואס האט דאס געזאגט

דו געדענקסט זיין תשובה מיט ווידוי אויף דוב שורין'ס רעדיא שאו.


מאה אחוז 

סארי טו דיסאפוינט יו 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/4/2007 23:43 לינק ישיר 

באטשי,

פאר אים האסטו נישט געטראפן עפעס ממליץ טוב צו זיין, ווי למשל אז ער איז געגאנגען אין "דרך איזביצא", אדער "זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה." ער האט נאר מכלומר'ש געטאנצן מיט נשים...............




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/4/2007 23:52 לינק ישיר 

געדאנקען

אויב דו זיכסט אז איך זאל ממליץ זיין אויף איהם
לייען איבער- זיי מוחל-  נאכאמאהל מיין תגובה 

און טאמער פארשטייסטו נישט
טויש דיין ניק
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2007 00:36 לינק ישיר 

באטשי,

געדענקסט דעם לינק http://www.theawarenesscenter.org/carlebach עס ארבעט שוין נישט, אבער די האסט דאך א גוטען זכרן, דאס האבן שוין נישט געשריבן חסידים, נישט אז איך גלייב אלעס וואס איז דארטן געשטאנען, אבער אויף "הרב קוק" האבן זיי געשריבן אנדערע זאכן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2007 01:33 לינק ישיר 

 

נעם טודאם שעמי בלע"ז

דאס איז א קשיא, אתירוץ, א ראיה.?

איך קען נישט דעם וועבזייטל און כפארשטיי  נישט וואס דו מיינסט



תוקן על ידי - baachi - 12/04/2007 1:31:14

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2007 02:26 לינק ישיר 

דער נייער לינק

http://www.theawarenesscenter.org/Carlebach_Shlomo.html



תוקן על ידי געדאנקען ב- 12/04/2007 2:54:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2007 15:53 לינק ישיר 

געדאנקע

איך פארשטיי נישט ווי דו ציהלסט.

איך האלט אז יענער וועב זייטל איז סתם א מוציא שם רע שמוץ פארקויפער.
עס איז דא אין אמעריקע שטרענגע געזעצן אויף דיע זאכען, ומאן דאית ליה דינא ליקרב לגבי דיינא. נישט אהנשמוצען אויף אינטערנעץ.

זיי קענען עס טוהן פאר יעדען איינעם. פלענטי אומשולדיגע מענטשן לעבנס, האט מען שוין רואינירט פון אזעלכע סענזאציע זיכער.

לא על זה אנו דנין. ביטע זיי א משיב כהלכה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/4/2007 20:41 לינק ישיר 

באטשי

פאר דעם האט זיך יענער פארזיכערט און ער שרייבט אלעס בלשון שאלה.

דער ליינער פארשטייט עס אבער שוין בלשון וודאי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2007 07:13 לינק ישיר 

געדאנקען גוט געזאגט, לאמיר טרעפון עפעס לימודי זכות איזביצא אדער עפעס אנדערש דער עיקר איז אז ער איז געווען אויפגעקלערט, נישט ווי אונז וויליאמסבורגער אמעראצים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2007 16:11 לינק ישיר 

באטשי,

איך וועל מער קלאר ארויסברענגען מיין פוינעט,

ביי "הרב קוק" איז מיר שווער געווען זיך אריינצומישן, ער איז געווען פאר מיינע צייטען, ער איז שוין אוועק פון אונז מער ווי זיבעציג יאר צוריק, און זיינע ווערק איז מיר נישט אויסגעקומען צו זען, ער איז געווען אסור אין אונזערע קרייזען, זענען זיינען ספרים נישט געווען בנמצא, כאטש עס קוק מיר אויס מער טפשות צו פארענפערן אים מיט אזעלכע נערישע רייד,

"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."

"די התנגדות צו הרב קוק זצ"ל איז געבויט אויף דמיון, וואס האט זיך גענומען פון הוצאת שם רע וואס די ירושלימ'ער היץ קעפ האבען אויף אים אויסגעטראכט."

ווי צו גלייבן און נאכזאגן וואס די גדולים האבן געזאגט אויף אים, אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז זיי האבן זיך אויסגעדריקט שארפער ווי זיי האבן באמת געהאלטן פון אים, איז אבער קלאר אז זיי האבן געהאלטן אז ער צוברעכט אידישקייט וכדו. ווען נישט וואלט זיי נישט געלאזט פאלען אזעלכע ווערטער אויף אים.

מאש"כ ווען עס קומט צו "ר' שלמה קארליבאך" וואס די האסט שוין פראבירט צו פארענטפערן און דעם אשכול פון הרב קוק מיט די ווערטער,

" (מחמת הכבוד וויל איך נישט דערמאנען א גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער פון ניגונים און אויך געוועהן א קאנטרווערסאלער מחזיר בתשובה וואס איז אסאך געלעגן אין דעם מהלך)"

דא איז שוין אנדערע מעשה, דא קענסטו שוין נישט ברענגען ר' איסור זלמן מלצר אדער אן אנדערער "אמת'דיגער גדול" וואס זאל שרייבן אויף אים אז ער איז געווען א צדיק, אויסער א פאר טפשים וואס זענען אינגאנצן באנומען פון זיין זינגען און דערציילען מעשיות און זיי רופען אים דער הייליגער ר' שלמה, ער איז נישט נאר אפגעפרעגט ביי אונז חסידים, וואס ווייסן נאר פון זיינע גוטע זאכן אז ער איז געווען מכלומר'ש א מחזיר בתשובה און זיין כוח פון זינגען (אמת איך הער אויכט זיינע טעיפ'ס און קיינער מאכט נישט אוועק זיין כוח פון זינגען) נאר ביי די ווי ער וואלט ווען געדארפט זיין א העלד פאר זיינע מעשים, זיי האבן ארויסגעברענגט הארבע באשולדיגען אנקעגען אים, אזוי ווייט אז זיין שול און זיין משפחה האט צוריק געצויגען פון א ביטע צו געבן א נאמען פאר א גאס נאך אים.

בכלל ווייזט אויף דיין שנעלקייט און גרייטקייט זיך אנצונעמען פאר אלע וואס זענען אפגעפרעגט ביי אונז, אויף אזא ווייט אז די ביזט געווען גרייט צו פארגלייכן אזא נידריגער מענטש ווי ר' שלמה צו הרב קוק און זיי ביידע צו איזביצא, וואס אפילו מיר וועלן אננעמען אז אלעס וואס מען באשולדיג אים דארט איז שקר וכזב, איז די פאקטן וואס זענען יא באקאנט פאר יעדען וועגן אים גענוג צו זען ווי "הייליג" ער איז געווען, און נישט קיין פארגלייך צו הרב קוק וואס איז באצם געווען א גדול בתורה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/4/2007 18:29 לינק ישיר 

ליבער מר. געדאנקען,

איך האב אמאל געזאגט פאר ר' שלמה קום קיין ווילי טו דיר אן א ברייטן ביבערהיט און מאך דארט בעלי תשובות, האט ער געלאכט.

אפילו אויב די באשולדיגונגען אויף אים זיינען אמת, (וואס רוב זיינען מסתמא מגוזם און דמיון) איז דער עיקר וואס מען איז קעגען אים מער פאר זיין לבוש.

פליז זיי נישט קיין היפאקריט,

דו פילסט ווי א היימישער ריינער איד, וואלסטו געוואלט אז מען זאל די דן זיין לויט דיין   DARK SIDE

 מיר קענען שיינע אידן מלמדים מגידי שיעורים ראשי ישיבות וואס האבען אפגעטוהן פארשידענס אין זייערע אינגע יארען און מען האט זיי מוחל געווען, פארוואס איז ר' שלמה א שייגעץ און זיי זיינען חשובע אידן וואס מען גיט זיי א ברכה אונטער די חופה?

און נאר עניני צניעות מאכט א מענטש א שייגעץ?  ווען א היימישער איד טוט אפ פארשידענע אנדערע עבירות איז מען אים מוחל, אלץ ווייל ער גייט דעם לבוש,

ווען א מנהיג איז גורם א "בכיה לדורות" טאנצט מען ווייטער יחי אדוננו אין מען ווערט נתפעל פון זיינע שיינער מלבושים, און מען איגנארירט אז ער גלייבט נישט אין רבש"ע רח"ל,

ר' שלמה האט אריינגעברענגט זייער א גוטע השפעה צו אונץ היימישע אידן, און איך קען נישט קיין איין היימישען איד וואס איז קאליע געווארען פון אים,

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2007 00:08 לינק ישיר 

איך מיז גראטולירען באטשי.

איך האב געמאכט דעם אשכול ווייל איך האב באמערקט אז רוב נישט געלערנטע אינגעלייט וואס מיינען אז כדי צו הייסען אויפגעקלערט דארפען זיי האבען א הערכה צו  # 1 אין # 2 איז געווענטליך אויך א גרויסע חסיד פון # 3.

איך ווייס באמת נישט פארוואס דער אשכול שטערט מער פאר אבימעןלבעט ווי די אנדערע 2 איך האב אים באמת נישט געוואלט מצער זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/4/2007 00:38 לינק ישיר 

ר' מנחת אלעזר

דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר,

א געוויסער רב פון פריערדיקען דור האט אמאל געברענט א השקפה ספר וואס ער האט געדרוקט צו ר' יוסל אשכנזי פרעגט אים ר' יוסל וויצעלנדיק ווי איז די ימ"ש? האט עם דער רב געענטפערט איך גיי צו לייגען א בויגען מיט ימ"ש און יעדער זאל עס אריינקלעבען ווי ער וויל,

לפי דרכי קענסטו שרייבען די תגובות ביי הרב קוק און ביי לובאוויטש,

און דרך אגב די ווייס נאך נישט די טונקעלע זייט פון דיינע גדולים וואס די מיינסט אז זיי זיינען גפלויגען און הימל. אדער די מאכסט דיך נישט וויסענדיק,

_________________

 



תוקן על ידי אבימלעבט ב- 16/04/2007 0:40:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #3
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext