ר' אהרן שייגעצט אויס וויינשטאק ברידער
פאריגן דאנערשטיג ווען רעב אהרון איז געקומען צו לויפן קיין וויליאמסבורג אז מזאל ח"ו נישט פארגעסן אז ער איז סאטמארער רעבע און געהאלטן זיין ביוטיפעל ספיטש וועגן די אריזאנע מפוקפקדיגע ווייץ, זענען אויך דארט געווען די וויינשטאק ברידער פון מיעל-מארט.
נאך די דרשה זענען זיי אריין צו רעב ארון און געווינטשען א גוטן מועד און א כשרן פסח (אן אריזאנע ווייץ...), האבן זיי איבערגעגעבן פאר רעב ארון אז זיי האבן ענדגילטיג באשלאסן אז זיי גייען זיך נישט אונטערווארפן די דיקטאטורשאפט פון רעב ארון און נאכגעבן זיינע חידושים וואס ער וויל איינפירן ביים ניקור און שחיטה "אויב פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז דאס גוט געווען, אויב פאר אייער טאטן דער ברך משה זצ"ל איז עס גוט געווען, וועט עס פאר אייך אויך מוזן גוט זיין". און כדי אים צו ווייזן אז זיי זוכען נישט זיך איינצורייסן מיט דעם אלט באקאנטען טעראריסט האבן זיי זיך אנגעטראגען צו געבן א ריזיגן סכום געלט פאר די מאנראויער ישיבה.
רעב ארון איז געווען א בחינה פון "ויחד יתרו", פון איין זייט האט ער זיך געפרייט אז ער גייט האבן די געלעגענהייט צו עסן די מפוקפקדיגע רובאשקין פלייש, פון די אנדערע זייט איז ער געווארן אנגעצינדען און רויט ווי א בוריק ביים הערן אז מזאגט אים אפן אין פנים אריין אז מוויל נישט קוקען אויף זיין זייט, און אז ער דאמינירט מער נישט די וועלט. ער האט זיי מיאוס אויסגעשייגעצט פאר די "חוצפה" אים נישט צו פאלגען, און געקוויטשעט מיט קולי קולות "איך דארף נישט ענקער געלט, איך וועל ענק נאך ווייזען וואס איך קען. די גאנצע וועלט גייט מיך נאכטאנצען מיט אריזאנע ווייץ, און מוועט מיך נאכטאנצען אויך מיט רובאשקין, איך וועל ענק ארויסשטעלן פון ביזנעס", און ער האט זיי ארויסגעווארפן פון זיין שטובל.
די וויינשטאק ברידער האבן שפעטער געזאגט אז זיי וואלטן נאך איינגעגאנגען אויף זיינע משוגענע פארלאנגען וואס ער וויל נאר כדי צו ווייזען אז ביז היינט איז נישט גוט געווען, אבער זיי ווייסן אז ווען מגעט אים א פינגער דארף ער א האנט, און סוועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן ביז ער וועט זיין פולי אין קאנטראל.
איינער פון די ברידער האט זיך הויך געוואונדערט, פארוואס ווען הגה"ק מרן מקאשוי זי"ע האט געטענהט אז סאיז דא פראבלעמען האט ער באקומען אן עפרא לפומי' פון דא ביז פאריז, מיט נאך א טוץ מנוולות און קללות, און יעצט ווען רעב ארון מוז נעבעך ווייזן אז ער איז "סאטמארער רעבע" מעג מען פלוצלונג זאגן אז דער רבי זי"ע האט געגעסען חלב, רח"ל?!
 |
|
|