ביהמ"ד הגדול דסאטמאר, ווערט איבערגעפרישט
מיט פרייליכע הערצער מעלדן מיר די בשורה המרנינה, אז דער בית הגדול והקדוש שמלמדין בו תורה ותפלה פאר די לעצטע 30 יאר, אין וועלכן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע ועכי"א האט שופך געווען לבו הטהור לאביו שבשמים, ואחריו דורך רבינו בעל בירך משה זצ"ל האט געדאווענט אלע יארן
וועט אי"ה ווערן איבערגעבויט פאר א ריזיגע מבצר התורה, די גרעסטע אין די וועלט אי"ה, בפקודת מ"מ כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועלכער מאנט און פאדערט פאר מער לימוד התורה, מער עבדות ה', ביתר שאת ועז
עטליכע אינגעלייגט בראש פון האברך החשוב ר' יואל שטערנבערג הי"ו, מיט נאך אברכים האבן זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט וואס וועט אפקאסטן די קאלאסאלע סומע פון 1.5 מיליאן דאלער.
דער פראיעקט נעמט אריין, דאס איבערבויען די דאך, די פלאר, די ווענט און אריינלייגן נייע טישלעך מיט בענק, ספעציעל באקוועם צום לערנען בייטאג און ביינאכט, פאר טויזענטער אנ"ש.
כה לחי
|
|