| נשלח ב-16/4/2007 06:02 |
|
| |
ערליכע אידן וואס האבן באלויכטן די וועלט #1
מיט דעם הייב איך אן א סעריע
אשכולות פון באשרייבן ערליכע אידן וואס האבן געלעבט אין אונזער תקופה, און האבן
זיך געדרייט אויף אונזער וועלט מיטן ציל צו הייבן כבוד שמים און באלייכטן דער
וועלט מיט זייער תורה און צדקות.
אפילו מאנכע וועלן טענהן אז
אין אונזער דור יתמי דיתמי איז נישטא קיין ערליכע אידן און עס איז נישט דא צו וועם
צו גיין און הערן א ריכטיגן דעת תורה, וואס אין א געוויסן זין איז עס ליידער אמת
און עס איז כמעט נישט געווען אזא דור וואס רוב פון אירע אזוי-גערופענע מנהיגים
זענען ערגער פון פשוטע געווענליכע אידן, פארט ברויך מען זיך נישט צופיל אנשטרענגען
און מען קען טרעפן אידן וואס קענען רואיג אנגערופן ווערן מיטן טיטל צדיק וחסיד.
איך וועל אנהייבן מיט דעם איד
וואס עס פאלט אויס זיין יארצייט אין היינטיגן טאג, ז"ך ניסן.
ר' אביגדור מילער ז"ל איז
געווען א איד וואס האט געלעבט און געאטעמט פון איין ג-ט אין הימל.
פילע אידן פלעגן פארן פון
וויליאמסבורג צו זיינע וועכנטליכע שיעורים וואס ער האט געהאלטן יעדן דאנערשטאג אין
זיין ביהמ"ד אין פלעטבוש, ווי ער האט מיט זיין זעלטענע אראטארישע און
הומאריסטישע כשרונות געמאכט דאס אידישקייט אויסזען ווי די געשמאקסטע און זיסטע זאך
אויף דער וועלט.
וואס דער מענטש האט אויפגעטוהן
און וואס זיינע געשריבענע און רעקארדירטע דרשות האבן שוין געהאלפן פילע אידן אין
לעבן פון אמונה און וויסן וואס דאס באשעפעניש וואס הייסט 'איד' איז, קען מען זייער
שווער אראפמאלן אין די ראמען פון אן אשכול אויף היידפארק.
פארט וועל איך פרובירן צו
שרייבן אביסל וואס דער איד האט מיט אונז געלערנט און וואס איך האב זוכה געווען צו
הערן פון אים אין די זיסע צייטן ווען ער איז נאך געווען מיט אונז.
זיינע טעיפס קען מען גרינג
באקומען און איז געזאגט געווארן אין א גרינגען ענגליש, און געווענליך פלעגט ער
רעדן ארום א שעה און די לעצטע פופצן מינוט האט מען אים געקענט פרעגן סיי וועלכע
פראגע אין אידישקייט וואס ער האט אפט איבעראשט די צוהערער מיט זיינע קלוגע און
טרעפליכע ענטפערס אויפן פלאץ.
איך האב געהערט אמאל אז ערגעץ
אין וויליאמסבורג ווייזט מען א ווידעאו פון זיינע שיעורים. אויב איינער ווייסט צי
עס גייט נאך אן זאל מען ביטע איינמעלדן דעם עולם דעם פלאן און צייט ווען מען קען
דאס זען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 09:10 |
|
| |
אויב מען זאל מעסטען צו מען קען אנווייזען וואס א מענטש האט אויפעגטועהן אויף דער וועלט און לויט דעם מעסטען האב איך אפאר הצעות:
דער לובאוויטשער רבי געבויט כבוד שמים ווי קיינער נישט פאר אים
הרב עובדיה שליט"א אויפגעשטעלט די ספרדישע הונדערעטער
דער קלויזענבורגער רבי אפגעראטעוועט הונדערטער נאך די קריג און צוריק געשטעלט דעם היימישען ציבור ועוד ענינים נשגבים,
דער בעלזער רב זצ"ל אפגעראטעווט א גאנצע חסידות נאך די קריג [אגב עס איז דא א ליסט פון די בעלזער ישיבה פון תשכ"ד פון ארום 150 בחורים, וואס אלע בלי יוצא מן הכלל זיינען געבליבען ווארימע חסידישע אידן יראים ושלמים.
באבוב'ער רבי זצ"ל, ווישניצער רבי זצ"ל, גערער רבי זצ"ל,
די אלע האבען גענומען אידן אין זיי דערהויבען, אסאך פון קוים שומר שבת צו פולע שומרי תומ"צ,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 09:29 |
|
| |
גראדע ווייס איך יא פון איינעם וואס האט געבויעט כבוד שמים אזוי שטארק ווי ליובאוויטשער רבי און אפילו נאכמער: נא, ווער? דער תירוץ איז מוחמד.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 16:06 |
|
| |
ווייסט איינער ווי מען קען באקריגען זיינע טעיפ'ס אויך CD אדער MP3
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 23:58 |
|
| |
דער סאטמערע רבי און דעם ענין פון חסידישע לבוש.
דער צעלעמער און כשרות.
ר' אהרן קאטלער תורה און די ליטע.
תוקן על ידי findodort ב- 16/04/2007 23:57:05
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 00:07 |
|
| |
א הערליכע ארטיקל אויף הרב אביגדור מיללער קוקסט דא
|
|
|
|
| נשלח ב-17/4/2007 01:17 |
|
| |
The Chofetz Chaim ZT"L once told an audience of jewish philantrops, that every godul even if he's sitting in hiding, but he's fully committed to Torah and Avodah, he automatically brings much kedusha and holy spirit into Klal Yisroel by his actions, even if one on the other end of the planet doesn't know that this tzaddik even exists, his Kedusha and zechusim may affect everyone far and wide , s , so come to realize, that each and every ovaid Hashem would naturally be on our list of gedolai yisroel, regardless the number of chassidim or talmidim he had ,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 00:17 |
|
| |
כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא זצוק"ל, וועלעכער איז געווען פון די ערשטע חסידישע רבי'ס אין וויליאמסבורג, מיטען פולען חסידישען כאניאקישען לבוש, מיט די פארצייטישע גבאים ווי ר' משה גבאי ז"ל און אזוי אנגעהויבן איבערפלאנצן די ריינע אידישקייט אויף די אמעריקאנער ערד.
ווי אויך האט ער מייסד געווען דעם ערשטן חסידישן שטעטל אין אמעריקא, וואס איז געווען די ערשטע צו טוהן אזא רעיון, און עד היום הזה איז דאס די שענסטע חסידישע שטעטל אין די וועלט, איבער טויזנט משפחות מיטען אריגינעלן חסידישן לבוש, פשוט און איידל, און איבער האלב פון שטעטל בני תורה! בערך זעקס הונדערט כולל יונגעלייט, און נאך בערך הונדערט מלמדים מגידי שיעורים און כלי קודש.
שטארק אנזעבאר דעם גרויסן כח פון דעם גרויסן צדיק זצ"ל, א זעלטענהייט א שטעטל זאל אזוי אויספאלגן די תקנות הישוב אן קיין פראבלעמען, ווער ס'שפירט אז ס'איז אים שווער מופט אוועק און ברעכט נישט איין.
זיעועכי"א
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 07:42 |
|
| |
נייטרא איז געווען די ערשטע, ר' מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל yeshiva farm settlement
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 20:59 |
|
| |
....ווי אויך האט ער מייסד געווען דעם ערשטן חסידישן שטעטל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 21:36 |
|
| |
זאג מיר א חילוק צווישען סקווער און נייטרא ? איך מיין אן ערענסטע חילוק?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 21:58 |
|
| |
EMT שרייבט: בערך זעקס הונדרעדט כולל יונגעליין
נישט קיין ספק שבעולם אז ווען דאס איז אמת איז עס א געוואלדיגע דעגרייכונג.
אפילו עס איז בבחינת חזקיה המלך, ווי די גמרא דערציילט אין כתובות צד:, מה עשה נעץ חרב על פתח בית המדרש ואמר כל מי שאינו עוסק בתורה ידקר בחרב זו!
אך האב געהערדט פארשידענע שמועות, אבער זאג נאר, ווי לאנג נאכען חתונה מיז מען זיצען אין כולל, און וואס פאסירט מיט א יונגערמאן וואס גייט יא ארויס ארבעטען?
צו באמערקען די גמרא ווייטער, ועל אותו הדור הוא אומר והיה ביום ההוא יחיה איש עגלת בקר (קעלבעל בלע"ז).
On a second thought, לאמיר נישט אריין גיין אין דעם נושא אין דעם אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 21:58 |
|
| |
וואס איז די חילוק צווישן א חסיד און א יעקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 22:19 |
|
| |
Chaplain די ביסט הונדרעדט פראצענט גערעכט.
צדיקים האבען געזאגט אז ר' אהרן הגדול מקארלין האט געמאכט 80 טויזענט בעלי תשובות.
דער אמת איז, לויט די דעמאלטסדיגע יכולות איז דאס בדרך הטבע פאר איין מענטש נישט מעגליך צו באווייזען. אן קיין מייקראפאן, טעיפס, ווידיאו, אינטערנעט וכו', ווי קען מען בכלל צי קומען צו אזא מספר פון מענטשען.
נאר ווי די ברענגסט פון חפץ חיים, מיט מרבה זיין קדושה וטהרה איבערען וועלט, דאס ברענגט אראפ א רוח תשובה.
נאר וואזשע דען, דעם רוח תשובה דארף מען איין שפאנען, און דעם אויפגעוועקטע נדח ישראל, דארף זיין איינער זאל אים מדריך זיין ווי זיך אהין צו טוען.
אין הכי נמי, אן דעם רוח טהרה וואס דער צדיק וואס זיצט ביי זיך אינדערהיים האט משרה געווען אויף דעם וועלט, וואלט כמעט אומעגליך געווען פאר דער וואס איז in the field צו פועל'ן אז דער פושע ישראל וואס איז איינגעטונקען בתאוות עולם הזה, זאל אפלאזען דאס גאנצער good life און מקבל זיין אויף זיך דעם עול תורה ומצוות - וואס איז ווי מען רופט עס, אן עול.
אבער אהן דער איינער וואס גייט ארום קאלעקטען די ריזאלטס פון די רוח קדושה וטהרה וואס דער עהרליכען איד ברענגט אראפ אויפ'ן וועלט, וואלט עס אויס געזעהן ווי א פאנד רעיזער וואס האט אויפ'ן טעלעפאן צאם געקליבען א הערליכען סכום פלעדזשעס, אבער אן א קאלעקעטער וועט דער מוסד פאר הונגער אויסגיין.
איז ווען עס איז דא אן עהרליכער איד, וואס האט סיי מרבה געווען קדושה וטהרה אויפ'ן וועלט דורך זיין תורה און עבודת השם, און סיי למעשה געטוען אז עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמי' רבא, מעורר געווען אידישער הערצער צום אבינו שבשמים, פארשטייט זיך אז איינער האלט עס פאר זכיה אז ער האט זוכה געווען זיך צו דרייען לעבען אזא איד.
דאס איז אהן אריין גיין לגופו של ענין פון וועמען מען רעדט דא, צו זיין שמועסען איז פאר אונז צו הערן, ואין כאן (באשכול הזה) להאריך בזה.
אבער פארשטייט זיך דער ונתנו גייט אהין און צוריק. מיט יעדען עבירה, מחלוקה'לע, שנאת חינם בזיון תלמידי חכמים וואס ווערט געטוען ביי היימישע יודען, ברענגט עס אראפ א רוח טומאה אויפ'ן אנדערע עק וועלט.
ווי דער אלטער פון נאוואהרדאק פלעגט זאגן, אז א בחור שמועסט אין מיטען לערנען אין איישישאק, שמד זיך א איד אין פאריז!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 23:01 |
|
| |
פארלעסליך
שקויעך פאר דעם לינק צו ר' אביגדור מיללער זצ"ל
מיין פראגע איז מאן גברא רבא חתים עליה? ווער האט געריבן דאס ארטיקל?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/4/2007 23:51 |
|
| |
ר' emt נייטרא איז נישט קיינע יעקעס זיי גייען שריימלעך, זיי נישט קיין ראסיסט
_________________
|
|
|
|
|