בית פורומים כל העולם כולו

דבריהם הן הן זכרונם - בעל ברך משה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/4/2007 07:20 לינק ישיר 
דבריהם הן הן זכרונם - בעל ברך משה

לכבוד די יארצייט פונעם בעל ברך משה, מיין איך אז סוואלט געווען זייער פאסיג איבערצוחזרן די ווערטער וואס ער האט מיט אונז געלערנט אלע זיינע יארן וואס ער האט געהאלטן דרשות אין סאטמאר. איך האלט אז סאיז זייער נישט שיין פון די וואס פרעטענדן צו זיין זיינע חסידים אז מזאל אזוי ברוטאל פרובירן אויסצומעקן אזא וויכטיגע חלק, מקען זאגן די עיקר חלק, וואס זיין רעביסטעווע איז באשטאנען ווען ער האט געלעבט.

בראש וראשון דארף מען דערמאנען די וויכטיגסטע דרשה פון אלע, אין אדר תשמ"ט, ווען ער האט מיט גרויס פאטאס ערקלערט אז די קינדער תשב"ר פון תורה ויראה בני יואל דסאטמאר זענען ווערעמיג און קרעציג, און גאראנטירט אז זיי וועלן נאך זאגן הלל אין יום העצמאות. א זאך וואס שוין לאנגע יארן זעט מען די ווייטע און אפענע אויגן זיינע ווען אלע בני יואל קינדער וואוינען היינט צו טאג צוטיילט צווישן תל אביב און האנאלולו, און איינס ביי איינס זאגן זיי יעדן טאג הלל אין יום העצמאות.

דערנאך מוז מען אויך אראפברענגען, תכתב זאת לדור אחרון, די פלאמפייערדיגע ווערטער פונעם בעל ברך משה ווי ער האט מיט די ערגסטע לשונות ארונטערגעריסן די צוויי גדולי דורינו, הגה"ק מקאשוי זצ"ל כ"ק הגה"צ ממאנטעווידעא שליט"א, פאר די אויסטערלישע חוצפה זייערע פון זאגן זייער מיינונג אין עניני אמונות ודיעות. דערפאר וואס זיי האבן נישט געוואלט אנערקענען די אויסשליסליכע אויטאריטעט פון משה פרידמאןס גבאי, דער עבד לעבד לעבדי ה', צו פירן סאטמאר, האט מען געמאלדן נישט אנדערש נאר אז זיי זענען אריינגעקראכן מיט די שיך און זאקן צו די נ' שערי טומאה! ממש פונקט ווי הערצל און קוק ימח שמם! קוים קוים וואס מהאט זיי געגעבן א היתר חוזר צו זיין בתשובה.

דער סטעיטמענט האט בשעתו שטארק אפגעקלינגען אין די אידישע גאס, וואס האט געקוקט מיט וואונדער וויאזוי א איד וואס האט געהערט יארן לאנג די טמאנע ראדיא און געליינט גויאישע צייטונגען ברבים אלע זיינע לעבנס טעג נעמט זיך די רעכט צו זאגן אויף די צוויי קדושי עליון, אידן וואס האבן געפאסט משבת לשבת, וואס זענען יארן לאנג נישט געשלאפן אין קיין בעט, וואס האבן אויפגעשטעלט טויזענטער תלמידים, וואס זענען נזהר געווען מיט יעדע קוצו של יוד, אז זיי זענען גאר ביי די סטרא אחרא.

ולא נתקררה דעתו פונעם ברך משה, ביז ער האט געמאלדן ביי א 'הייליגע' שלש סעודות רעדע אז דער מאנטעווידעאר רב איז א פגום! מיט א פרעכען בלבול כאילו זיין מאמע איז געגאנגען מיט אייגענע האר רח"ל האט מען אויך געמאלדן אז מדארף אים אנגיסן מיט הייסע קוילן (א "פסק" וואס די הייליגע סטודענטן און בויעס פון מאנרא ישיבה האבן שיעור נישט מקיים פסק געווען.

די ליסט גאס אן ענד אן, אבער דא האבן מיר נאר אנגערירט אפס קצהו פון די הייליגע ווערטער פון בעל הילולא, וואס מאנכע ווילן אז מזאל חלילה פארגעסן. מבעט ווער עס קען נעמען א חלק אין די געוואלדיגע מצוה פון פאראייביגען אלע אנדערע הייליגע רעדעס זאל עס דא ארויפלייגן לעילוי נשמתו.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2007 02:27 לינק ישיר 

מנהל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 09:05 לינק ישיר 

די אויבערשטע ווערטער פון אלטר משה. איך ווייס נישט צו ער האט דאס דא אליין געשריבן.

אבער דאס איז זיכער אז ער זאגט דאס און אויך יעצט ביי די צווייטע יארצייט זאגט ער דאס אויף זיין האט ליין. און ער רעד נאך א סאך ערגער.

באמת אויף דעם משוגענעם ועוכר ישראל איז נישטא קיין קשיא. ווייל ער זוכט נאר אטענשאן אבער די געוואלדיגע קשיא איז אויף הרב ד ראזענבערג. פון די בראדוועי בעקערי הגזולה. וואס ווען אלטר משה איז אריינגעקומען צו עהם קויפן מצות. וואלט ער געדארפט זאגען . דו פושע ישראל ביזט מבזה אונזער רבין זי"ע כאחד הריקים גיי קויף דיר מצות ערגעץ אנדערש
דערווייל ונהפוך הוא. האט ער עהם געמאכט אזא ברוך הבא!  און ער האט יעדען געלאזט ווארטן און האט עהם מכבד געווען ביותרת הכבוד. קומט אויס אז ער האלט מיט די זעלבע ווערטער וואס אלטר משה רעדט אויפן רבין. און ער איז נאך בעה"ב אין סאטמארע בעקערי  אוי לאותה בושה.

צווייטענס.   אלטר משה האט א געוואלדיגע מחלוקה אויף זיין האט ליין.  וועלכעס איז א גרעסערע עבירה צו גיין צום כותל אדער צו גיין ביום כ"ו ניסן צום ציון פון ברך משה ?

דער תירוץ איז אז דער עירוב איז א סאך א גרעסערע עבירה ווייל דאס צוברעכט ממש די פארטיי.

בתוך הדברים זאגט ער אז דער רבי זי"ע בעל דברי יואל האט נישט געלאזט מאכען א ווילידזש ווייל ווילאנג מען איז אין גלות טאר מען נישט האבען קיין ווילידזש!!
איי פרעגט ער. אלע תלמידים פון רבין זי"ע זאגן נאך בשמו אז ער האט יא געוואלט מאכען א ווילידזש?
ענטפערט ער אז עס איז דא איין כלל . אז ווילאנג עס איז נישט געדרוקט בפירוש אין ויואל משה אדער אין דברי יואל איז אלעס שקר. אפילו יעדער זאל נאכזאגען פון רבין זי"ע איז אלעס גארנישט.

זעהט אויס אז אין אלטר משהס ויואל משה שטייט א איסור קעגן עירוב. ווייל ער פארפירט דאך קעגן עירוב אין רבינס נאמען. און ער בויעט דאך נישט אויף עדות וואס זאגען נאך.. אלא מאי מוז זיין אז אלטר (פערד)  משה האט א אייגענעם ויואל משה
אונדז זענען מיר נישט אין אינטערסירט אין זיין ויואל משה כמובן.

והעיקר . ער זאגט אז דאס בילד אין כל העולם כולו פונעם זיכוי הפת פארן וויליאמסבורגער עירוב איז פלעין א צוזאמענגעשטעלט בילד. און מען האט דארט אומשולדיג אריינגעשטעלט דעם מלאך מרדכי וואלף וועבערמאן.

עס איז דא א כלל מי"ג מדות שהתורה נדרשת בהן.
אז דבר שהיה בכלל ויצא מן בכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא

יעצט ביי דעם ענין וויא מען זעהט אפען לעיני כל חי וואס פאר א שקרן דער מטורף אלטר משה איז אז אפילו מילתא דעבידויי לגלויי וואס כמעט הונדערט אידען זענען דארטן געווען וואס מען קען זיי יעדען פרעגען. און דער מלאך מרדכי וואלף וועבערמאן קומט דארטן אלע יארן. גייט דער צודרייטער אלטר משה און זאגט שקר בולט.                    
(מען האט נישט געהאט וואס צו טון נאר פונקט דעם מרדכי וואלף אריינשטעלען. מען וואלט דאך געקענט אריינשטעלען אלטר משהן)
איז ממילא לא ללמד על עצמו יצא. נישט נאר דאס בנוגע דאס בילד איז שקר.
נאר על הכלל כולו יצא. יעדעס ווארט וואס ער זאגט איז שקר . עס איז נישט אינטערסאנט עהם אויסצוהערן ווייל ער איז הוחזק כפרן. . און די גמרא זאגט מפורש.(סנהדרין פ"ט ע"ב)
כך ענשו של בדאי שאפילו אומר אמת אין שומעין לו . און דאס קומט עהם א עונש אז אפילו עס ווארפט זיך אריין איין ווארט אמת וועגן די פלייש אדער הכשרים.  פאסקענט די גמרא אז אין שומעין לו

א מזל אז דער בעלזער רבי הערט נישט די האט ליין פון אלטר משה ווען נישט וואלט ער זיך געקאלערט פון געלעכטער און ער וואלט זיך דערקוויקט . וויא סאטמאר אליין איז מבזה דעם ברך משה .ווייל עס איז נאך דא צענדליג אזעלכע טיפשים שקרנים וויא אלטר משה וואס צא טמא תאמר לו . בפרט זיינע נארישע חקירות זענען געוואלדיג!!
דאס אז מען שרייט נאך שבת אין די גאסען פון וויליאמסבורג . דאס האט שוין דער בעלזער געהערט און ער איז זיך מחיה ער זאגט פאר זיינע געוועזענע וויליאמסבורגער בעלזער חסידים וואס וואינען שוין היינט אין בארא פארק.  זעהט עטץ .. איך בין גערעכט געווען  אז פון די משוגעים דארף מען אנטלויפן(ער האט געהייסן כמעט אלע זיינע חסידים פון וויליאמסבורג אוועקמופן קיין בארא פארק)

כנגד די דעה פון זיין מחותן הגה"צ רבי שמעולי מאקעווער(שמעון הצדיק)שליט"א  וואס האט געזאגט אז מען דארף מיט מסירת נפש בלייבן אין וויליאמסבורג און קעמפען קעגן די עוכרי ישראל (די שרייערס די צדוקים)

אנטשולדיגט מיר אהובי פארוואס איך האב צוריק ארויפגעברנגט די טמנא ווערטער פונעם פושע ישראל אלטר משה . ווייל ההכרח לא יגונה. מען זאל וויסן אז א סאך שוויצערס ביי רז"ל ובראשם רבי ד ראזענבערג מיט עטליכע לייטנער שטיצן עהם וד"ל.
והוקע אותם נגד השמש ויסר חרון אף השם מישראל וירחם על עמו.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 17:16 לינק ישיר 

עבדעברי

מען טאר נישט רעאגירן אויף דעם אשכול.

האפענטליך וועלן דאס די מנהלים באלד אפמעקן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 17:30 לינק ישיר 

דוד'ל,
 אלטר משה .נחום ראזנבערג. משה דוד נידערמאן, דער גרוש לייפער, יוסעלע וואלדמאן,
 חיים שאלזאן ,דער בעל דבר חשק מילך שטערן

סאיז ענקערס אין עס דאס אויף



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2008 21:51 לינק ישיר 

האקאבו


עס איז שוין היינט קלאר פאר יעדן אז די אהרונים מיט די בני יואל זענען איין קאמפעני!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2008 21:52 לינק ישיר 

וואס?????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2008 22:01 לינק ישיר 

איך טראכט נאך ווי אין די "מעלות" דוד'לס תגובה זאל געשטעלט ווערן.

אדער די אפטיילונג פון "א גלעכטער אין די זייט" אדער ביי די " קליינע אוצרות"...

איך מיין אז די צווייטע אפציע איז מער פאסיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2008 22:20 לינק ישיר 

באקומען אין אישי פון איינעם פון אלטר משהס אדיוטאנטען אדער פון עהם בכבודו ובעצמו.


וואס מאכסטו חוזק פונעם איסור צו גיין צום כותל ? היום אמר לו עשה כך היינט מאכסטו חוזק פון דעם מארגן וועסטו שוין חוזק מאכן פונעם איסור צו גיין בחירות און נאך ווייטער.............. וכו'
עד כאן.הנצרך לענייננו.

והעיקר שכחת . נאכן מאכען חוזק פונעם איסור בחירות וועט מען נאך מתיר זיין צו לערנען אין די בלויע גמרות און נאכדעם וועט מען נאך צוקומען צו לערנען ח"ו דאף היאנטשי (דף היומי) השם ישמרנו.

ווער מאכט חוזק פון איסור צום גיין צום כותל? טאקע נאר דו! שעמסט דיך נישט צוזאמענשטעלען דעם איסור צו גיין צום ציון פונעם ברך משה זי"ע מיטן איסור צו גיין צום כותל . וואס איז מיט דיר ?

און דו לייגסט נאך צו צום ויואל משה א נייער איסור צו מאכן א ווילידזש .  מאכסט דאך א חוזק פון גאנצען ויואל משה.

דו רופסט אהן אלע רעביס "געטשקעס" בשם דעם רבין זי"ע. . אבער פאר דיין אינטערעס ביזטו א גרויסער חסיד פון רבי מאטעלע שליט"א וויזניצער רבי ווייל יעצט האלט ער מיט דיין פארטיי לגבי דעם פובליק סקול און לגבי דעם עירוב אין וויליאמסבורג בארא פארק(נישט אין מאנסי און אין מאנטרעאל)

(הגם  ער איז אויך זייער שארף קעגן די שרייערס אפילו לשיטתך. אזוי וויא הגה"צ אדמו"ר מקאשוי שליט"א האט געזאגט שבת הגדול מוקדם דא אין וויליאמסבורג אין קאשויער בית המדרש ביי זיין דרשה.                        אז דאס שרייען האט בכלל גארנישט צו טון מיט קנאות אדער מחאה אדער כבוד שבת. ,לא מיניה ולא מקצתיה,. עס איז סתם א אויסברוך פון מענטשען דיקטעטערס וואס ווילן אלץ בעל באטעעווען אויף יענעם מיט כח סיי אויף מענער און אפילו אויף יענעמס פרוי.זיי זענען נאר ביזי יענעם איינצוטיילן .                                  ער האט דאס מסביר געווען בטוב טעם ודעת . זעסט דאך אז קיין איין וויזניצער חסיד שרייט נישט נאר די נועמי המידות)

אבער עכ"פ אזוי וויא עס דאכט זיך דיר אז ער האלט מיט דיר. ממילא חאטשיג ער גייט צום כותל בפרהסיא . ער איז מחזק די ציונים דאך איז ער ביי דיר כשר דו פאלשער היפאקראט!!!שקרן.
.
(מילא דער פאפער רב אדער דער הייליגער סקולענער רבי שליט"א חאטשיג זיי גייען צום כותל האלסטו מסתם אז זיי זענען אויך אפיקורסים רח"ל אבער דער וויזניצער טוט דאך דאס זעלבע פארוואס ביזטו עהם משבח אויף דיין האט ליין
נאר דער תירוץ איז. אז יעדער רב אפילו ער איז באמת א גארנישט טאמער איז ער מיט דיין  פארטיי איז ער א קדוש און א גאון. און טאמער ער איז נישט מיט די פארטיי יעצט , אזוי וויא למשל הגאון הצדיק מקארלסבורג ר"י ראטה שליט"א אפילו ער איז א גאון און א צדיק מאכסטו און דיינס  גלייכן פון עהם ליצי ליצנות . .               קוק טאקע למשל הגאון הצדיק רח"ל כ"ץ שליט"א ווילאנג ער איז געווען מיט אונדזער פארטיי  איז ער געווען ראש הכולל . וואס די היינטיגע ראשי הכולל קומען נישט לקרסוליו נישט אין תורה און נישט אין יראת שמים כידוע לכל הדור. און עטץ האט ענק געטשאטשקעט מיט עהם 
און אזוי וויא ער איז אוועק א קעגן ענקערע אינטערעסן איז אלעס געווארן אויס.  מען שטייט און מען מאכט חוזק אז ער גייט אויף שבת קיין קרית יואל. דאס קנאה פלאצט ארויס אז די נארמאלע רבנישע און רעבישע און גאונישע וועלט לאכט פון ענקער פארטיי און  פון ענקערע משוגענע טעראריסטישע גאסן שרייערס וד"ל.
 אונדז האט מען אויסגעלערנט אין סאטמארען חדר צו שרייען אויפן קירלהאזער רבין (דעם רבינס איידעםס ברודער) כולו חזיר. . יעצט דארף יעדער שרייען אויף דיר און דיין פארטיי "כולו שקר"

יעצט גיי צו ד ר"ב צו די מצה גזולה בעקערי ער זאל דיר מאכן א ברייטן ברוך הבא בפני כל עם ועדה. צו ווייזן פאר אלע בחורים און יונגעלייט דארטן אז דיין רבין רז"ל טאטע איז א מחריב ומהרס.     און אז עס לווינט זיך ח"ו צו זיין א מחריב ומהרס אז נאכדעם האט מען א זון א רבי .
 וואס פלעגט דער רבי בעל דברי יואל זי"ע שרייען.   אמרתם עטץ זאגט "שוא עבוד א-לקים" עס איז ח"ו א שאד צו דינען דעם אייבישטען רח"ל . אז פון אזא מהרס קומט ארויס ענקער רבי. (נשא תורה כ"ז . עה"ג ועה"ת..ועוד.)
נאכאמאל ברוך א-לקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2008 04:20 לינק ישיר 

עבד'ל טייערע
די חברה צדוקים איז ניט ווערט קיין ענטפער. דיינע ווערטער אבער זענען מלא טעם.
והוקע אותם נגד השמש בב"א!

 



תוקן על ידי majyar718 ב- 06/05/2008 4:23:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2008 06:32 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
האקאבו

עס איז שוין היינט קלאר פאר יעדן אז די אהרונים מיט די בני יואל זענען איין קאמפעני!




דוד'ל איך האלט זאלסט פארן א סעמרניג זיך ריען אביסל, גיי קוק אין וועלכע צייטנוג זיי עדוועטייזין זיך יעדע וואך

תוקן על ידי האקאבו ב- 06/05/2008 6:32:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/5/2008 13:26 לינק ישיר 

דוד 46 שרייבט

האקאבו


עס איז שוין היינט קלאר פאר יעדן אז די אהרונים מיט די בני יואל זענען איין קאמפעני!

קומט אויס לויט דיר אז די אהרונים זענען אנשי שלום זיי האבען צוריק מקרב געווען די אהבה מסותרתניקעס די בני יואל.  . און די רז"ל מענטשען זענען די בעלי מחלוקת מיט די בני יואל וכדומה.

קומט אויס לויט דיר אז דאס ביסל וואס די זאליס האבען יא געוואלט פארקויפן אז זיי זענען נועמי המידות איז אויך שקר. אפילו דאס האבן זיי אויך נישט. די אנשי שלום זענען נאר די אהרונים

הודאת בעל דין   (דוד46 זאלי) כמאה עדים דמי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2008 17:38 לינק ישיר 

איך חזר איבער: די אהרונים מיט די בני יואל זענען היינט איין קאעמפעני, ביידע זענען היינט ביי איין מיינונג!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/5/2008 22:42 לינק ישיר 

כאטש אז איך קען מיר נישט אנריפען א רעכטער סאטמערער, דאך מוז איך מוחה זיין אז די מנהלים האבן געלאזט ווערטער וואס מען האט געשריבען מיט די כוונה אז עס זאל ברענגן א בזוין אפאר א רבי פין טויזענטער אידן- א שכיב מרא- א בנן של קדושים, עס איז מיר אוםפארשטענדליך פאר וואס מען האט נאך נישט אויסגעמעקט די אשכול, כאטש איך האלט אז דער ברך משה איז געניג גרויס געווען אין ער דארף נישט נישט אז =איך זאל אים פארענטפערן, עס איז אבער א בזוין אין א חרפה פין די מנהלים אז זיי האבן נישט אויסגעמעקט די אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2008 00:32 לינק ישיר 

השר מקוצי


דאס באפעסטיגט מיין תגובה אז די אהרונים מיט די בני יואל זענען היינט צוטאג היינו הך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2008 06:53 לינק ישיר 

מנהלים מען דארף פארמאכן דעם אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דבריהם הן הן זכרונם - בעל ברך משה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext