דער געוועזענער רעדאקטאר פון 'דער איד' ר' חיים משה שטויבער נ''י שרייבט אן ארטיקעל אין 'איד' פון פרשת שמיני אונטער'ן קעפעל ' וזאת הברכה אשר ברך משה...לפני מותו'.
דרך אגב ר' אברהם פריעדמאן נ''י פון 'די צייטונג' האט געהאט א פסח ארטיקעל אונטער'ן קעפעל: א סדר נאכט ביי רביה''ק הדברי יואל זי''ע.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 18:50
די קינדער פון ר' חיים משה שטויבער נ''י זענען ביי די מיינונג אז זייער פאטער צו לאנגע יארן לערנט יעדע וואך אין ספר הקדוש 'דברי יואל' און אינעם הקדמה צום דברי יואל שרייבט דער הייליגער מחבר זי''ע אז דער נאמען 'דברי יואל' איז 'לשמי ולזכרי', און דאס גענוג פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט און שטארק.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 19:35
ווידעראום די 'בני יואל' האלטן זיך יא מיטן טיטל רבינו הקוה''ט זי''ע, אן בעל דברי יואל אדער בעל ויואל משה.
איין בני יואל'ער דרוקט זיך אויס: מיר האלטן נישט פון די נביאי הבע''ל, בע''ל ויואל משה, בע''ל דברי יואל אדער בע''ל ברך משה.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 21:27
On the rebbe's matziveh it says that he succeeded the בעל ויואל משה
_________________
נשלח ב-16/4/2007 21:48
גערעכט, אמת ויציב, אויפן מצבה שטייט טאקע אזוי.
נישט אפצוהאלטן דעם הקמת מצבה האט מען מסכים געווען צו אלעמען.
פאקט בלייבט פאקט. דעם הקדמה צום דברי יואל האט דער רבי הרה''ק מהר''י ט''ב זי''ע געשריבן און דער נוסח המצבה האט א מאן דהו געשריבן מיט אן אינטערעסע צי אן א אינטערעסע.
און זאל ר' חיים משה נ''י פארענטפערן זיין סתירה מיטן נוסח המצבה.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 21:50
דאס האב איך געשריבן א צייט צוריק אין אן אנדערן פורום א ענטפער אויף די זעלבע פראגע,
נשלח ב-6/11/2006 21:05
ייענקעלע11
אמת ויציב,
בנוסח המצבה של רבינו בעל ברך משה זי"ע כתוב שמילא מקומו של דודו בעל "ויואל משה", ומעשה שהי' כך הי',
במשך השבעה לפני הקמת המצבה נסחו שני הצדדים את נוסח המצבה, כשהביאו לרבינו מהר"א את נוסח המצבה אשר הכין רז"ל, אשר נכתב על ידי משה פרידמן ושלמה יעקב געלבמן, וראה שהוא מלא שטותים, ותיכף שלח בחזרה נוסח חדש, ובין הדברים כתב שמילא מקום דודו בעל "דברי יואל" , והם בחמתם התחילו לשפוך זעמם עם קולות וברקים, שבשום אופן לא יסכימו לכתוב בעל "דברי יואל" אלא בעל "ויואל משה" , ורבינו מהר"א בראותו שהדבר היחידו שהם מתנגדים הוא רק הנוסח "דברי יואל" ולא על כל הנוסח החדש ששלח להם, החליט למען השלום ולמען לא להמשיך את המחלוקת וכדי לבא לעמק השוה החליט להסכים לכתוב בעל "ויואל משה". וכן הי' שכל נוסח המצבה הוא הנוסח שמרן רבינו מהר"א שליט"א כתב.
און בכלל איז דאס [ כלשונו פון 'קליינקאפ' ] א 'דיסיידינג פאקטאר' צי מען איז עושה רצונו פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי''ע וועלכער האט קובע געווען דעם 'לשמי ולזכרי', צי נישט.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 22:45
אבער זעסטו דען נישט ווי נאריש דאס איז?
נשלח ב-16/4/2007 22:51
עס איז גארנישט נאריש.
דער צדיק הדור האט אלע רעכטן אז מען זאל אים געדענקען אזויווי ער האט געוואלט.
אז ער האט זיך גענומען די מיה און אפגעשריבן רצון קדשו אין די הקדמה קען נישט קומען סיי ווער און שרייבן אז עס איז נאריש צו רעדן פון דעם ענין.
_________________
נשלח ב-16/4/2007 23:31
טאמער ווילסטו אריינקריכן באמת וואס דער צדיק האט געוואלט. דארף מען פשוט קוקן וואס די האסט געוואלט. און די האסט שוין קלאר געשריבען אויווען{די גאנצע איד .בלאט טאקטיק}
איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט מכמה טעמים
1- איך בין א ארוני סאאאא וועל איך מיטגיין דערמיט אין מ'קען אפילו זאגן די גאנצע "לשמי ולזכרי" ביזנעס...
2-על פי חשבון צווישן נארמאלע מענטשן איז עס א פשוטע דזשאוק. א נאן אישו
דער רבי וועט געדענקט ווערן אלס דער ויואל משה מסתמא. אדער דברי יואל
אבער געדענקט וועט ער ווערן. דאטס אלל
נשלח ב-16/4/2007 23:37
יא יא גערעכט.
דער בלאט האט געוואלט מקיים זיין דעם רצון הצדיק, און דער איד אטאמאטיש [ עפ''י לשון ה'דעילי ניז ] האט גענומען א מהלך מיט וואס מען איז עובר אויפן רצון הצדיק, און דאס איז א בנין אב פאר אלעמען.
_________________
נשלח ב-23/4/2007 01:07
מענטש, דו פוסטער לאולייף.
צווישן דער איד און דער בלאט איז דער בלאט געווען די ערשטע צו שרייבן אויף רביה"ק זי"ע "בעל ויואל משה", נאך בחיים חיותו פונ דעם בעל ברך משה.
אין דער איד האט מען בחיים חיותו פון בעל ברך משה קיינמאל נישט געגעבן דעם בעל ויואל משה אן אנדערן טיטול ווי רביה"ק זי"ע, אבער שמואל ווידער, דער פוסטער ליידיג גייער, האט איינגעזען אז ספעלט זיך אויס קלענער צו מאכן דעם בעל ויואל משה זי"ע כדי ר' אהרן זאל זיך שפעטער קענען מדמה זיין צו עם. מען האט געמוזט אראפברענגען דעם רבי'ן זי"ע צו א נידריגן לעוועל אז מען זאל קענען שפעטער זאגן אז ר' אהרן איז אויך ראשקעבעהאג, און וועגן דעם האט מען עם אנגעפאנגען צו רופן "בעל ויואל משה".
אויך איז נישט אמת וואס דו זאגסט אז מען האט קיינמאל נישט גערופן דעם רבי'ן זי"ע ביים נאמען פון זיין ספר, ויואל משה. עס האט זיך געמאכט כמה וכמה פעמים וואס מען האט יא מחמת סיבות געדארפט רופן דעם רבין זי"ע ביים נאמען פון זיין ספר האט מען עם גערופן בעל ויואל משה.
יעצט האבן די אהרונישע לצים באשלאסן צו מאכן א סענזאציע און אנגעפאנגען רופן דעם רבין זי"ע בעל דברי יואל, ווייל זיי ווייסן אז נאר ווען זיי מאכן סענזאציעס קוקט איינער אויף זייער זייט. (ואריזאנע ווייץ ושחיטה יוכיח)
אדרבא ענטפער מיר, פארוואס ביז יעצט איז בעל ויואל משה גוט געווען אפילו פאר ר' אהרן און יעצט איז עס געווארן א פראבלעם (איך האב די זעלבע קשיא אויף אלע אנדערע סרחונס וואס ערהאט יעצט זיך גענומען אנצושטונקען, כדי צו באקומען אביסל אטענשן, פארוואס זענען זיי נישט געווען קיין פראבלעם ביז יעצט?)
איין זאך קען מען זיין זיכער אז ס'וועט זיך זיי אבער נישט איינגעבן. ר' אהרן וועט קיינמאל נישט מצליח זיין זיך איינצוגעבן אלס ממלא מקום פון דעם איש אלוקים, רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע. ער וועט אלעמאל בלייבן דער וואס זוכט צו באקומען אטענשאן דורך "אריינווארפן פלאקנס" מיט זיינע סענזאציעס.