די שרעקליכע שיסעריי - יד "ישמעאל" באמצע
נישט לאנג נאכדעם וואס די מערדערישע שיסעריי האט אויסגעבראכען אינעם ווירדזשיניע קאלעדזש האב כ'געטראכט און שפאקולירט ווילאנג ס'וועט דויערן ביז ישמעאל וועט אריין קומען אינעם בילד
ס'האט נישט גענומען לאנג...
http://www.theage.com.au/news/technology/ismail-ax-sparks-web-frenzy/2007/04/18/1176696889800.html
דער באריכט וועגן די מאדנע אויפשריפט אויפ'ן מערדער'ס האנט האט תיכף געהאט א מעכטיגן אפקלאנג, יעדער פרובירט אריין צו לערנען פשט דערין, ביז אהער איז די מערסטע פאפולערע טעאריע אז סהאט טאקע געהאט מיט ישמעאל צוטון, נישט מיט ישמעאל'ן אליין - נא, וואס עפעס, נאר מיט זיין "האק" גאר...
אויב איז דאס טאקע דער בעסטער שפעקולאציע, איז דער קאלטבלוטיגער טשא סונג וואו נישט נאר געווען א גרויזאמער רוצח, נאר א פוסטער עם הארץ דערצו אויך!
תוקן על ידי זיידיאנטשי ב- 18/04/2007 21:02:45
|
|