בית פורומים כל העולם כולו

איז גאנזאלעז בושעס "וואטערגעיט"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/4/2007 10:33 לינק ישיר 
איז גאנזאלעז בושעס "וואטערגעיט"?

לויט די טעסטיפייאינג פון גאנזאלעז היינט אין סענעט, ווען ער האט 45 מאל גענוצט די ווערטער "איך קען מיך נישט דערמאנען", און ווען כמעט יעדער רעפאבליקען אויף די קאמיטי האט אריינגעשמיסן אין אים, א חלק זאגנדיג אפן אז ער דארף גיין, קוקט אויס אז ער איז א פארטיגער, אפגעבראטן צו שטאטעלעך שטארבן.
אבער די סקאנדאל גייט ווייטער און ווייטער, די ווייטהאוז "קען נישט טרעפן" ארום 5 מיליאן אימעילס פון קארל ראוו און אנדערע פאליטישע אפישעלס! איבעראל "פעלט" אינפארמעשאן, נישטא קיין נארמאלע ענטפערס, און נאך אזא נארישע טעסטיפייאינג היינט פון גאנזאלעז קומט בוש ארויס מיט א סטעיטמענט אז ער האט פול קאנפידענס אין גאנזאלעז, קומען אסאך אין די מידיא ארויס שרייען אז דאס גייט זיין בושעס וואטערגעיט!
וועמיר זען...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/4/2007 23:56 לינק ישיר 

גאנזאלעז איז ווייט פון פארטיג, לויט מיין מיינונג.

לעגאל איז נישטא קיין וועג וויאזוי דער סענאט אדער קאנגרעס זאל קענען צווינגען דעם פרעזידענט אים אפצוזאגן. אין פאקט, ווילאנג ער איז דארט זענען אלע דעמאקראטישע פיילן געצילט צו אים, אויב וועט ער ארויספאלן פונעם בילד דורך רעזיגנאציע אדער אויפזאגן, וועלן די דעמאקראטן נישט בלויז פייערן זיג און אויפווייזן פאר אמעריקע אז זייערע טענות זענען געווען גערעכט, נאר דער קומענדיגער ציל איז דער ווייסער הויז זעלבסט, ספעציעל די פראגע וויפיל האט קארל ראוו געוואוסט אדער געווען פארמישט אין דאס אויפזאגן די אכט אטוירני'ס.

ס'איז כמעט אוממעגליך פאר די דעמאקראטן צו ציען די דעבאטע צופיל לענגער, חוץ אויב עס קומען אונטער פרישע שטארקע באווייזן קעגן עמיצן. דער שטורעם וועט צוביסלעך איבערגעבן זיין פלאץ פאר די פרישע נייעס, העכסטנס וועט גאנזאלעז בלייבן פארפלעקט און דער יוסטיץ דעפארטמענט אומאפעקטיוו, אבער דאס איז לכאורה פון די קלענערע זארגן אין די בוש אדמיניסטראציע...

מאקסימום וועט גאנזאלעז "פרייוויליג" אויפגעבן זיין פאזיציע דעם קומענדיגן אנהייב יאר כדי אוועקצונעמען פון די דעמאקראטן זייער וואפן אין א ביטערן פרעזידענטליכן פארמעסט. בערך אזויווי ראמספעלד איז געפלויגן ערשט נאך די 06' וואלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז גאנזאלעז בושעס "וואטערגעיט"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext