א ביטערע בשורה. דער לעגענדארער ר"מ אין סאטמאר ישיבה גדולה שוין פאר פערציג יאר איז נארוואס נסתלק געווארן לגנזי מרומים.
צווישן אלע זכרונות פון די טויזנטער תלמידים זיינע וועט זיכער שטארק געדענקט ווערן די אויסטערלישע ארבעט פון הגה"צ ר' יונה זצ"ל צוריק צו אינפארסירן די אלטע תקנה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות.
יהי זכרו ברוך.
_________________
שקל שלם !!!
נשלח ב-21/4/2007 00:21
הגאון רבי יונה פילאפף זצ"ל, לאניעריגער ר"מ בישיבה ומתיבתא תורה ויראה דרבינו יואל דסאטמאר קרית יואל. זיין פטירה איז א שטארקע פארלוסט פאר די מתיבתא הק', און א פרעזנליכער פארלוסט פאר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ת.נ.צ.ב.ה.
נשלח ב-21/4/2007 01:13
די לוי' גייט פארקומען היינט אין קרית יואל אן קיין הספדים.
א שאד, א ריכטיגער ת"ח שלא נספד כהלכה.
שקל שלם !!!
נשלח ב-22/4/2007 06:44
דעם שבת האט מען געשמועסט א מערקווירדיגע זאך, אז ר' יונה האט געלאזט צוואה אז מזאל נישט אויפהענגען קיין צעטלעך פאר זיין לויה, און אז מזאל עס מאכן זייער שנעל!! די לויה איז געווען די שנעלסטע לויה אין די היסטאריע פון די סאטמארע חברא קדישא! ממש אומגלויבליך!!!!!!!!!!!!
נשלח ב-22/4/2007 06:54
ר' יונה האט אויך געלאזט צוואה אז מען זאל אים נישט באשרייבן
מיין איך אז לקיים רצונו זאל מען מער נישט שרייבן דערוועגן
איך האב געהערט אז מנשה פיליפ האט געשיקט זיין שוואגער הרב זלמן לייב רובין מפייס זיין דעם רבי'ן שליט"א פאר זיין אומענטשליכע אויפירונג בשעת רבינו שליט"א איז געקומען מבקר חולה זיין אין שפיטאל זיין טאטען רבי יונה פיליפ ע"ה איין טאג פאר זיין פטירה, בו בזמן וואס עס איז קענטליך געווען די הנאה וואס רבי יונה האט געהאט פון דעם באזוך, האט זיך מנשה זייער אומאיידל אויפגעפירט צו רבינו שליט"א, אבער ער האט זיך פארענטפערט און מפייס געווען.
כך שמעתי.