בית פורומים כל העולם כולו

סאטמארע רבי הייסט אלע תושבי קר"י פאסטן מאנטיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2007 06:51 לינק ישיר 
סאטמארע רבי הייסט אלע תושבי קר"י פאסטן מאנטיג

היינט ביי פרק פארלערנען האט דער רבי שליט"א באפוילן גאנץ קרית יואל אז ווער סקען זאל פאסטן מאנטיג וועגן א ס"ת איז רח"ל אראפגעפאלן חוה"מ פסח אין ביהמ"ד ויואל משה אויף קאזשניץ.
דער רבי האט נאכגעברענגט פון דברי חיים און נאך פוסקים אז די גאנצע שטאט דארף פאסטן און תשובה טון. אויך ביים רבין בעל דברי יואל זי"ע איז געדרוקט אין פר' תזריע אז אמאל איז געווען אויך אזויווי היי יאר און א ס"ת איז אראפגעפאלן אין חוה"מ פסח און די רבי האט געזאגט אז וויבאלד מאנטיג איז די ערשטע תענית בה"ב, און אויך איז ה' אייר אזויווי היי יאר וואס באמת וואלט מען ווען אלעמאל געדאפט פאסטן ה' אייר, במילא האט די רבי זי"ע געהייסן אלע בני הקהילה פאסטן.
די רבי האט זייער שארף ארומגערעדט וועגן רעדן ביים ליינען וואסערע בזיון סאיז פאר די ס"ת אז "אין ווינקל פלוני און ווינקל פלוני שמועסט מען ביים ליינען", די רבי האט געזאגט אז מוואלט ווען יעדן מאנטיג געדאפט פאסטן וועגן די בזיון הס"ת וואס מרעדט ביים ליינען.
ביים סוף האט די רבי געפסקנט אז יעדער תושב קר"י וואס איז בכח זאל פאסטן מאנטיג ה' אייר און די ערשטע תענית בה"ב, און ווער סקען נישט זאל אויסלייזן אגרא דתעניתא.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2007 06:57 לינק ישיר 

איך וועל אוודאי אויספאלגן דעם פסק פון רבי'ן שליט"א און פאסטן מאנטאג.

און דער אויבערשטער זאל העלפן אז בזכות וואס אזויפיל אידן וועלן זיך מסגף זיין זאל דער מדת הדין נישט קענען שולט זיין, און מען זאל אלעמאל נאר הערן גוטס, אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2007 09:43 לינק ישיר 

שוין אז די רשכבה''ג הייסט צו גייען אויף דייעט מאנטאג, וועל איך אויך טרייען צו גייען אויף דייעט מאנטאג, (אזוי אז ביינאכט וועט מען קענען עסן א גיטע BBQ לכבוד ה' אייר...) גראדע וואס איז געשהן מיט די ספציעלע יום העצמאות אויסגאבע וואס דער בלאט/איד פלעגן ארויסגעבען יעדעס יאר? כ'האב שוין קוים געקענט ווארטען אויף די אויסגאבעס וואס איך בין זיכער יעדע ווארט אויף דעם!... (ווייל אויב נישט פארוואס געבען זיי עס ארויס יעדעס יאר?!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2007 23:03 לינק ישיר 

א חרפה ובושה וויאזוי דער לעצטער דור ראגירט אויף אזעלכע ווייטאגליכע טעמעס.
קודם כל: פאסטן ה' אייר איז א זאך וואס וואלט באמת באשטעטיגט געווארן ע"י כל גדולי ישראל אויב מ'וואלט נאר געהאט די מעגליכקייט. דער ביטערער טאג איז דער גרעסטער חורבן פאר'ן כלל ישראל זינט דעם חורבן בית המקדש. נאר רביה"ק האט עטליכע מאל זיך אויסגעדריקט ברוב ענוותנותו, אז היינטיגע דורות איז מען נישט בכח מתקן זיין און מחייב זיין דעם ציבור מיט תעניתים וואס איז נישט געברענגט אין שלחן ערוך. אויך תענית בה"ב און כ' סיון איז ליידער פארוואסערט ביי רוב הציבור.

והשנית ......




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 00:36 לינק ישיר 

איך בין גאר שטארק איבערראשט געווארן הערענדיג אז דער ראשקעבאהא"ג האט נישט געבלעימט די שרעקליכע פאסירונג פון די ספר תורה אויף סאטמאר. איך בין געווען זיכער אז שולדיג דערין איז מוסדות ויואל משה.

אבער, דאס איז מיר אינגאנצן נישט קיין חידוש אז דער ראשקעבאה"ג האט נישט איינגעזען אז זיין הליכה בערכאות איז שולדיג אין אלע שרעקליכע פאסירונגען אין קרית יואל.

קרית יואל איז אין געריכט איבער'ן בית החיים. = אויף דעם האט ער נישט חרטה געהאט

דער ראשקעבאהא"ג האט גערופען זיין הייליגן טאטען אין קאורט, = אויף דעם האט ער נישט חרטה געהאט

דער ראשקעבאהא"ג האט משנה געווען און איינגעפירט די חמץ'דיגע אריזאנא ווייץ, וואס לויט גדולי דורינו שליט"א איז עס אסור בתכלית האיסור = אויף דעם האט ער נישט חרטה געהאט

דער ראשקעבאהא"ג פלאנירט צו מאכן שינויים אין די שחיטה אויף בהמות און שינויים אין ניקור. עס וועט זיך אים אי"ה נישט איינגעבן. אבער דאס עצם פארברעך פון מאכן שינויים איז א עוון פלילי, = אויף דעם האט ער נישט חרטה געהאט

עס איז קלאר אז ווען דער גליקליכער טאג וועט אי"ה קומען, און מ'וועט ארויסוואוטען זיינע קארופיטירטע ווילידזש פירער, וועט ער אויך הייסן פאסטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 01:02 לינק ישיר 

אידעלע

אויב די ווייסט טאקע יא פארוואס אזעלעכע זאכן

זאגשע מיר פארוואס איז עס געשען ביים בעל דברי יואל? וועם האט ער גערופען אין קאורט? וואס האט ער משנה געווען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 01:05 לינק ישיר 

א פרישע מעשה.

יעדע שייגעץ שטיק וואס עטס טוט, לייגט עטס זאפארט אן אויפן הייליגן רבי'ן זי"ע דער ויואל משה.

שעמט ענק. זה דרככם כסל למו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 01:21 לינק ישיר 

אידעלע ווער האט געזאגט די תורה אין דברי יואל פרשת תזריע?

(איך וועל אי"ה באלד אריינסקענען דעם שטיקל)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 02:29 לינק ישיר 

לפי האמת וואלט מען געדארפט פאסטן ה' אייר אויך ווען ס'פאלט נישט אראפ קיין ספר תורה ח"ו. דער תענית אליין איז אפשר נאר א חלק מיני אלף פון די תיקונים וואס דער דור דארף האבן. אבער ליידער נאך פטירת רביה"ק זי"ע איז דער מצב הדור געווארן אזוי שטארק פארטונקעלט, אז מ'ווייסט גארנישט אז ס'איז נישט גוט. יעדער וויל זיך שפירן באקוועם און זאגן שלום עלי נפשי. מ'איז א אינו יודע שאינו יודע. ס'איז אזוי ווי רשיה"ק ברענגט אין פ' ויחי. כיון שנפ' יעקוב אבינו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל. די הערצער פון כלל ישראל זענען ליידער פארשטאפט מגודל השעבוד. היינטיגע וועלט איז מקויים געווארן די מאמר חז"ל, זה פוסל דינו של זה, וזה פוסל דינו של זה. יעדער זאגט אז יענעמס איז פסול און אויף זיך מיינט מען אז מ'איז כשר וישר.  
קיינער וויל נישט וויסן פון די אייגענע חסרונות, מ'האלט אז מ'דארף גארנישט מתקן זיין ביי זיך. אין דאס איז דער גרעסטער ירידה. 
רביה"ק זי"ע האט אלע מאל געזאגט און געוויינט אז מיר זענען אלע מלא חטאים ופשעים, ער האט אויסגעוואשן יעדן'ס הארץ ווייל ער האט זיך אליין אויך כולל געוועהן מיט'ן ציבור. וויפיל מאל האט ער זיך אליין אנגערופן מיט די ווערטער "מלא חטאים" בגודל ענוותנותו. און יעדער איד מקצה העולם ועד סופו האט געוויסט אז די אלע ווערטער זענען נישט שייך ביי עהם אפילו א מקצת מן המקצת. ווי דער הייליגער גאון ר' יונתן שטייף האט זיך אנגערופן הושענה רבא ביי די דרשה, ווען רביה"ק האט געזאגט בדמעות שליש די ווערטער "איך בין מלא פשעים" האט ר' יונתן ז"ל געזאגט "ניקס וואַהר". דאס איז געוועהן ביי אמת'דיגע צדיקים.
היינטיגע היציגע חסידים ווילן נאר יענעם מתקן זיין, יענער איז שילדיג.

לפי האמת דארף זיך יעדער משים על הלב זיין און מתקן זיין זיך אליין קודם. און מקבל זיין אז מ'זאל נישט מצער זיין קיין שום איד. אויך ווער ס'האלט פון א אנדער'ן רבי'ן. נישט מבזה זיין קיין תלמידי חכמים. נישט מסר'ן קיין איד. נישט גיין לערכאות. נישט מאכן קיין חילול השם. נישט חרוב מאכן דעם חינוך הטהור פון תשב"ר.  וכו'.  
  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 04:57 לינק ישיר 

צבי הירש, זייער גוט געזאגט, אבער לייג צו:

נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך פאלשע מנהיגים, ווי שבתאי צבי ימ"ש, רע-בנים וועלכע פארקויפן אז זיי קענען לערנען, און מיט זייער לערנען פארפירן זיי ליידער דעם דור, און כאפן אריין אומשולדיגע נשמות.

און דאס ערגסטע פון אלעמען איז, אז עס פאסירט רח"ל אזא געפערליכע מעשה אין קרית יואל, אנשטאט מתקן זיין וואס מ'דארף, לייגט מען די זעלבע מעשה אן אויף רביה"ק בעל ויואל משה, און מ'קען שוין זאגן "שלום עלי נפשי".

אזא מעשה איז קיינמאל נישט פארגעקומען נאר אין קרית יואל
נאר אין תשס"ז
נאר אונטער דעם סמכות פון דעם ראשקעבאהאג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2007 06:20 לינק ישיר 

נו חברה. מען גרייט זיך צום מוראדיגען טאג מארגן? (פארשטייט זיך יעדעם מיט זיינע זאכען, איינער גייט אויף דייעט, איינער אביסעל זיך אינטערהאלטען פון די מוראדיגע דרשות אנטגעקן אולמורט וקאליצע. איינער מאכט א BBQ כמנהג יום העצמאות, דרך אגב מארגען גייט זיין 80 דעגרי, איז עס זייער גיט פאר א BBQ) אוי! איין זאך האב איך פארגעסן, אויב איך וויל גיין אויף דייעט מארגען ווען דארפט איך עס איזינען האבען, כדי לקיים מצות רשכבה''ג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 06:41 לינק ישיר 

נאטורל, דיין אנטי סאטמאריזם קען איך אויסהאלטן אבער דיין טיפשות גייט מיר אויף די נערוון.

די גוטע נייעס איז אז דו קענסט רואיג פּלידן אינאסענט ביי ריזאן אף אינסעניטי...


תוקן על ידי גוטזאגער ב- 23/04/2007 6:45:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/4/2007 23:29 לינק ישיר 

זאג נאר אז די ווייסט יא וואס טוט זיך אין הימל

פארוואס איז ארויסגעפאלען פון ארון קודש א חודש פארן הסתלקות פון מרן בעל ברך משה ביי א ברית פון אן אייניקל פון ליפא יענקי א ספר תורה?

און פארוואס איז בכלל די ברך משה געשטארבען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמארע רבי הייסט אלע תושבי קר"י פאסטן מאנטיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext