|
|
| נשלח ב-23/4/2007 01:10 |
|
| |
רז"ל ברעכט זיך. 25 געווארפענע ווערן צוריקגענומען
מאחורי הפרגוד קמט יעצט די מעלדונג בסוד סודות, אז די 25 ארויסגעווארפענע בחורים ווערן צוריקגענומען.
דער לאקאלער שטריק האט זייער א דינע הויט, און קען נישט דערהייבן אז צוויי מענטשען וועלן אים ווערן שונאים, האט ער שנעל צוריקגעדרייט דעם דאשיק און זאגט אז ער נעמט זיי יא צוריק. נישט צו יעקב יצחק טייטלבוי'ס ברענטש, נאר צו פריעדמאנ'ס.
צום צענטן מאל שטעלט זיך ארויס אז זיין יא איז נישט קיין יא, און קיין ניין איז נישט ניין.
ער איז א פוסטער פאפעט.
מארגן אז הערצאג וועט סראטשען אז ער געט אויף, וועט ער צוריקדרייען דעם דאשיק, און זאגן אז ער ווארפט יא ארויס די בחורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 02:49 |
|
| |
במחילה מכבודך פאר דיין נישט אויסגעהאלטענע סטעיטמענט. איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים ווייל איך האב נישט קיין קינדער אין די ישיבה.
אבער לפי מה שכתבת. איז דיין צוגאנג נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג און נישט מענטשלעך.
ראשית כל האט יעדער מנהל וראש ישיבה א רעכט צו סטראשען א בחור אז ער נעמט עהם נישט צוריק קומענדן זמן. אזוי האט מען זיך געפירט אין אלע ישיבות פון מיינע צייטן. סיי בזמן רביה"ק אין שטאט סאטמאר, סיי דא אין אמעריקא בזמן שלמדתי שם פון שנת תשכ"א ביז תשכ"ז. אזוי אויך שפעיטער. אויך אין ווינער מתיבתא אדער אין נייטרא ישיבה האבן די מנהלים משלח געוועהן בין הזמנים וועם מ'האט נישט געוואלט ווייטער האלטן.
דערנאך אויב דער בחור איז זיך געקומען מכניע זיין בתחנונים האט מען טיילמאל געטוישט דעם מצב און טיילמאל געהייסן איינלייגן א סכום געלד פאר ערבות אדער קנס. לפי המצב ולפי חומר הענין.
אויב א ראש ישיבה אדער א מנהל האט חרטה געהאט פון משלח זיין א שוואכן בחור איז דאס נישט קיין בושה פאר'ן ראש הישיבה. דיינע טוטלען פאר א ישיבה מנהל זענען זייער נישט צו די זאך.
אונזער מנהל בישיבתינו איז געוועהן הר"ר משה יאזעפאוויטש שליט"א און יעדן זמן האט ער געהאט א רשימה פון בחורים וואס מ'האט אפגעהאלטן פון צוריק קומען מחמת סיבות קטנות. ווי למשל אז איינער האט מתרשל געוועהן פון קומען צו ר' משה'ס פארלערנען, האט ער עהם נישט געלאזט צוריק קומענדן זמן. ער האט געמוזט איינלייגן 100דאלער וואס בימים ההם איז געוועהן אסאך געלד.
קל וחומר אויב בדורינו השפל וויל מען קנסנ'ן אדער באגרעניצן א בחור פאר זיין שוואכע התנהגות, וואס איז די חיסרון.
און אז דער ראש הישיבה האט רחמנות און איז צום סוף נאכגיביג דאס איז דאך אונזער בקשה צו השי"ת. ער זאל אונז אויך נאכגעבן פאר אונזערע התנהגות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 05:27 |
|
| |
צבי הירש לעבן: געב נאר א קוק אויף צוריק מיט איין אשכול, און שרייב אויך פאר דיין חבר אידעלע ס'זעלבע, אז "דיינע טוטלען פאר א ישיבה מנהל זענען זייער נישט צו די זאך" ווי אויך "במחילה מכבודך פאר דיין נישט אויסגעהאלטענע סטעיטמענט" אפשר וועט עפעס ווערען דא.
_________________
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|