בית פורומים כל העולם כולו

ביידע רבי'ס טרעפן זיך ביי אלעסקא "ניחום אבלים"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/4/2007 18:10 לינק ישיר 
ביידע רבי'ס טרעפן זיך ביי אלעסקא "ניחום אבלים"

די צוויי ברידער, די צוויי סאטמאר רבי'ס, האבן זיך היינט געטראפן ביי ניחום אבלים אין שטוב פון אלעסקער רבי'ן שליט"א (לרפואה שלימה). כ"ק אדמו"ר מוהר"א שליט"א איז געווען דארט פריער, אינמיטן איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מוהרז"ל שליט"א און מ'האט עם אוועקגעזעצט נעבן זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מוהר"א שליט"א.

כאטש זיי האבן נישט גערעט צווישען זיך, אבער זיי האבן ביידע אריינגערעדט אין דעם זעלבן שמועס מיט'ן אלעסקער רבי'ן.

האט עמיצער בילדער, פליז?

קרעדיט:
 בראשית_ברא

_________________




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2007 21:25 לינק ישיר 

יענער איז טרויעריג ווייל ער ווייסט וואס עס שטייט אין קהלת פון די חכם מכל האדם עת לשחוק ועת לבכות, און טוב ללכת אל בית אבל מללכת אל בית המשתה, און נישט מאכן א משתה אינדערמיט פון א ניחום אבלים. און ער ווייסט אויך פון דעים רש"י אין תענית אז מען זאל נישט זיין ווי א חתן צווישן אבלים!

יעצט באשליסט איר ווער עס איז טרויעריג און פארוואס...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/4/2007 22:44 לינק ישיר 

אפשר גיט איינער איבער א באריכט וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די שמועס וכדו'. יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/4/2007 00:15 לינק ישיר 

רבינו שליט"א איז דארט געווען אין געשמועסט מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א, אויך זענען דארט געווען די קינדער פונעם אלעסקא רבי, אויך דעם רבינ'ס אייניקל בן רבי העניך אשכזי בן הרב מאלעסק חדב"נ.

נאך 20 מינוט וואס רבינו שליט"א איז דארט געווען איז אנגעקומען ר' זלמן, ביים טיר האט ער פונקט באגעקענט ר' חיים שלמה פישער וואס ער איז דארט געשטאנען און געשמועסט מיט איינעם, ר' זלמן דערזעהענדיג איז ער בלאס געווארן ווי קאלעך ער האט זיך אפגעשטעלט און גערעדט עפעס צו זיין מלמד ר' שמואל קאמפאט, און דערנאך איז ער אריינגעקומען.

ר' זלמן האט זיך אראפ געזעצט בלאס ווי דער וואנט, רבינו שליט"א האט דעמאלס גערעדט מיט אלעסקא רבי א תשובת נודע ביהודא בהלכות גיטין, דערנאך האבן זיי גערעדט פון א תשובה אין דברי חיים בנוגע שמות בני אדם, ר' זלמן איז געזיצן דארט ווי א האן אין בני אדם ער האט קיין ווארט נישט געזאגט, ער האט נישט געהאט קיין אנהוג פון וואס זיי רעדן.

אינמיטען האט ר' שמואל מלמד ווען ער האט געזעהן אז עס איז צרות האט ער אריין געזאגט עפעס א מעשה וועגן דברי חיים מיט ר' שלום אליעזר, דער עולם האט פארשטאנען וואס ער וויל דא ער וויל אנהייבן צו רעדן שאדעלע באדעלע... דער עולם ארום האט זיך אונטער געשמייכל ווי דער מלמד ארבעט.

אבער די משועס איז ווייטער אוועק געדרייט געווארן וועגן הלכות אבילות, און נאך 15 איז רבינו שליט"א אוועקגעגאנגען, איבער לאזענדיג רבי זלמן מיט זיין בלאסן געזיכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביידע רבי'ס טרעפן זיך ביי אלעסקא "ניחום אבלים"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext