| נשלח ב-23/4/2007 20:37 |
|
| |
פריש נחת אין ג''ע פאר'ן דברי יואל
אין 'איד' פון פרשת תזו''מ אויף זייט 31-ב איז דא א גאנצער עמוד פון 'קהילה קדושה ''שפע חיים'' דחסידי צאנז קלויזענבארג' און דער פריערדיגער קלויזענבארגער ווערט דארט באטיטלט מיט גרויסע אותיות '' כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע ''.
בראווא, בראווא כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע.
'תורתם' מגן לנו 'הם' מאירת ענינו 'הם' ימליצו בעדינו אדונינו בעל דברי יואל ובעל שפע חיים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 20:48 |
|
| |
איידער עס הויבן זיך אן די קללות און שימפערייען דארף מען פעסטשטעלן איין זאך: צי כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבארג זי''ע האט אויך איבערגעלאזט נאך זיך לשמו ולכרו אזא מקום תועבה ווי 'עטרת בלעם'?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 21:00 |
|
| |
וויאזוי האט נאר כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל שפע חיים זי''ע באטיטלט כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע און הרבנים הצדיקים מקראסנא ושאפראן זצ''ל: דער פעטער לבן מיט די צוויי כלבים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 21:30 |
|
| |
1 מינוט, וואו קומט אריין אין יעדן אשכול פריש די עטרת אברהם זאל? איז עס א חידה???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 21:38 |
|
| |
trueonly2 וואס קלערסטו?
צוליב דיין ווייטאגליכע תגובה ווערט דען אויס נחת פאר'ן דברי יואל זי''ע בעולם העליון אז 'דער איד' באטיטלט דעם קלויזענבארגער אלס 'כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע' אפילו עס איז א באצאלטע מודעה?
אויף עובדיה יוסף וואלט ער אויך געשריבן פוסק הדור וחכם הרזים הראשון לציון מרן רבינו עובדיה יוסף שליט''א?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 21:49 |
|
| |
איך קריג מיר נישט מיט דעים פרט, איך פארשטיי זייער גוט אז סיי דער איד און סיי דער בלאט זענען ווערט זייער געלט ווען עס קומט צו געלט זאכן, און דער בלאט האט שוין ערגערע פעלערן במשך איר עקזיסטענץ, איך גיי זיי יעצט נישט בלעמען, איך פרעג נאר פארוואס דו פירסט א פערזענליכע קאמף מיטן עטרת אברהם זאל, אז אין א יעדן אשכול שטופ'סט עס אריין, אפילו עס מאכט נישט קיין סענס???
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 21:55 |
|
| |
דער תירוץ איז: דער ענין פון 'עטרת בלעם' איז א שפיגעלע פון די זאלי קאמפאני ועל הכלל כולו יצא.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 21:57 |
|
| |
שור.
איך האב געטראכט אז איך וועל דיך איגנארירן.
אבער א ידיד מיינער האט מיר אריינגעשיקט אין אישי, און ס'איז זייער א גוטער אנטווארט צו דיינע שימפערייען.
דער קאנטראקט פאר דעם עטרת בלעם וואס די ריפסט, האט געמאכט נישט קיין צווייטער ווי דיין ראשקעבאהא"ג מיט דעם אויסווארף ראביי לייב גלאנץ. (ווייסט אפשר ווער ער איז)
די צוויי האבן אונטערגעשריבן דעם קאנטראק. און טענות האסטו צו יעדן, נאר נישט צו די צוויי...
ביסטו טאקע אזא היפאקריט?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:09 |
|
| |
אידעלע,
WE GOT YOU,
די צוויי דאזיגע צוויי שקצים האבן אינטערגעשריבן אזא שעדליכע קאנטראקט
און איר זאלונים פארשווייגט דאס, היתכן?, איז דאס נישט אזוי געפעלעך
ווי אריזאנא ווייץ, אדער קאפי אים פסח רח"ל, ווי קענט איר דאס פארקוקן,
מילא אויב איר שרייבט ווען אז דעם קאנטראקט האבן אינטער געשריבן
די צוויי גרויסע צדיקים ר' ישראל חיים מנשה און זלמן לייב פיליפ און מיט ענקער רבי
ר' זלמן לייב בראשם, און איר פארלאזט זיך אויף זיי, נו, וואלט איך פארשטאנען
אייער צד, אבער אז די צוויי רבי אהרן מיט ארי' לייב האבן דאס אינטערגעשריבן,
ווי איז ענקער וויי געשריי אדער מחאה?, ווערט איר שוין אויך פארבלענדעט פאר
אפאר דאלאר רח"ל?, מאכט מען דארט מער געלט ווי ביים טרפה'נעם סקול דיסטריקט?
ביי וויפיל געלט ווערט אלעס מותר, הא????
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:13 |
|
| |
די וואך בין איך אריין אין מיין גראסערי און איך זע אויפן פלאר א גאנצע פאק געקאלערטע ביכלעך וואס זעט אויס ווי שמות. איך הייב עס אויף זע איך אז סאיז עפעס א "שמות" בלעטעל פון א ארגאניזעישאן, וואו מרימט אויס ביזן הימל די אלע מתחברים לרשעים וכופרים אין ארצינו הק', ווי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ישראלטע וויזשניצער, איינער פון פאנביזש, און נאך אזעלכע גאונים וצקיקים... וועמענס תורה די ארונים שעפן מיט דארשטיגערהייט. פרעג איך די סטארקיפער וואס דאס איז, ווייזט ער מיך אז דאס איז א אינסערט אינעם פארדארבענעם בלאט. און דאס איז נישט א עד וואס האט זיך בטעות אריינגעגליטש עפעס ווערטער, נאר עס איז א פון פאראויס געשיקטע אינסערט מיט ריזיגע קאלערדיגע שרייעדיגע אותיות און פיקטשערס שוין אויפן פראנט דעקל.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:22 |
|
| |
'גל-פז' אין וויליאמסבורג האט אויך געהאט א קאנטראקט מיט'ן לענדלארד און האט אויך אינוועסטירט איבערצובויען און אויפפיקסן זיין געשעפט אויף לי עווניו.
דער בעל הבית פון 'גרעטש' בילדינג האט אויך געהאט אפגעקויפט דעם גרויסן בילדינג און געמאכט קאנטראקטס מיט פארשידענע פירמעס און בעלי מלאכה.
און דאך האט מען געהאלטן פאר א חוב און מצוה ארויסצוגיין בחרב ובחנית קעגן 'גרעטש' און 'גל-פז' און פארלאנגען פון זיי א שריט מיט שאדן פון גרויסע געלטער(יעדער לויט זיין שטאפל).
און לאמיר ממליץ טוב זיין פאר איין רגע אז די זאלי קאמפאני האט נישט קיין ברירה צוליב'ן אויסרייד פון 'קאנטראקט', וואס טוט זיך אבער מיט'ן פאקט אז מר. י. הירש דער בעל הבית פון 'עטרת בלעם' און חוטא ומחטיא את הרבים איז פון די שענסטע אידן אין די זאלי קאמפאני.
ווייסט איינער פון א סילוק וואס זאלי זאל האבן געגעבן פאר דעם חוטא ומחטיא את הרבים?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:29 |
|
| |
שור שגנח, דו האלסט אז וואס מען האט געטוהן פאר גל-פז איז געווען גערעכט???
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:30 |
|
| |
דער הייליגער גאב''ד ר' טוביה ווייס שליט''א וועלכער האט זיך באטייליגט ביי די מסיבה וואס אנטווערפןרב רעדט, האט אלעס גע'כשר'ט.
אויך כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א האט דאס גע'כשר'ט מיט זיין השתתפות, ווי מ'זעהט אויפן בילד.
דרך אגב, א פולזייטיגער מודעה אין 'דער איד' גליטשט זיך נישט אריין...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:33 |
|
| |
פארלעסליך, אויסדרוקליך נישט .
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:35 |
|
| |
אנטווערפן,
זיי נישט קיין טיפש,
וואס גלייכסטו צו פאנאוויטשער רב אדער דעם היינטיגן צאנזער רבי
אדער רבי ישראל'טשע וויזניצער, צום אלטן קלויזנבורגער רבי,
דער פאקט איז אז דער קלויזנבורגער רבי איז געווען דער איינציגסטער
וואס דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט זיך מיט עם נישט געוואלט
טרעפן, בו בזמן וואס ער האט זיך כסדר געטראפן מיט אלע אגודיסטישע רבנים ווי
וויזניץ, גור, בעלז, און אפילו מיט חברי הכנסת האט ער זיך געטראפן,
ווי אויך מיט פרייע און ציוניסטישע צייטונג שרייבער, ער האט זיך געטראפן
מיטן ליבאוויטשער וכו', אדער מיטן קלויזנבורגער האט ער זיך נישט געוואלט טרעפן,
איז פשוט אז צו רומען דעם דאזיגן קלויזנבורגער איז פונקט ווי אריינשטעכן
א מעסער בלבו של רבינו זי"ע, ס'איז פונקט ווי טאנצן אויף א חתונה מיט דיין
טאטענס שונא, (יוסל וואלדמאן בלע"ז), דוק ותשכח,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2007 22:52 |
|
| |
אן אמת'ר סאטמארער חסיד טרעט נישט אריין אינעם קלויזענבארגער בית המדרש, און דא קומט 'דער איד' בעד בצע כסף(וכח הפועל בנפעל) און שרייבט אויפ'ן קלויזענבארגער 'כ''ק מרן רבינו הקוה''ט זי''ע' .
בראווא,בראווא כ''ק מרן רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע.
_________________
|
|
|
|
|