|
אין רעאַקציע צו שלמה שמירס אַרטיקל וועגן דעם וואָס פרומע אידן האָבן פאַרגעסן וועגן חורבן אייראָפּע
למען האמת, האָב איך געהאַט בדעה צו רעאַגירן אויף שלמה שמירס עסיי
("אַלגעמיינער זשורנאַל", מערץ 16, 0270 ) וועגן פרומע אידן און זיירע
זכרון פון חורבן אייראָפּע באַלד נאָך זיין דערשיינען. כ'בין אָבער געווען
צופיל אויפגערעגט פון דעם עצם אַרויסברענגען די אָנגעווייטיקטע טעמע, אַז
כ'זאָל קענען גלייכגילטיק באַהאַנדלען דעם עניין. איצט, נאָכן אָפּלויף
פון עטלעכע וואָכן, בין איך מסוגל צו רעאַגירן אויף אַ ראַציאָנאַלן אופן,
צום דערמאָנטן מאמר.
וואָס איז, אייגנטלעך, געווען דער "ירגזון" פון שלמה שמיר אַזוי גרויס
קעגן די "פרומע אידן" אין אַמעריקע? בכן, זיי פאַרגעסן וועגן דאָס שיינע
אידישע תורה-לעבן פון פּוילישן אידנטום אַמאָל, פאַרן חורבן, און
פּאַסמאַקעווען זיך מיט דעם כלומרשטן "אויפלעבן" פון אידישע קהילות אין
דייטשלאַנד. שמיר שרייט געוואַלד קעגן דעם וואָס פרומע אידן ברימען זיך
מיט דעם חרדישן תחיית המתים אין דייטשלאַנד און וועגן די חנוכת הבית פון
ישיבת חכמי לובלין אין פּולין וואָס איז לעצטנס פאָרגעקומען. וואָס פאַר
אַ טעם האָט אַ חנוכת הבית פון אַ ישיבה נישט ווייט פון וואו די דייטשן
ימ"ש האָבן אויסגעשחטן דעם עם השם? דונערט שלמה שמיר.
איר ווייסט וואָס די טענה פון שלמה שמיר דערמאָנט מיך?
אין אַ שטעטל אין פּוילן פאַר דער מלחמה, האָט אַ איד אַ בטלן זיך
באַקלאָגט, אַז די בונדיסטישע פירער (וועלכע האָבן אין יום-כיפּור
איינגעאָרדנט עפנטלעכע פרעסעריי-באַנקעטן, מיט "בשר קוויטש"), לייגן נישט
קיין רבינו-תמס תפילין...
די זעלבע טענה האָט שלמה שמיר צו די פרומע אידן, הלמאי זיי ווילן נישט
געדענקען דעם חורבן. דאָס אַמעריקאַנער אידנטום האָט אין דער היטלער-צייט
נישט אַרויסגעוויזן קיין גרויסע אַקטיוויטעט (באַשיידן גערעדט), און גאָר
ווייניק זיך פאַראינטערעסירט און געטאָן עפּעס ממשותדיק לגבי דעם גורל פון
זייערע ברידער אין אייראָפּע, וואָס ווערן מאַסנווייז אכזריותדיק
דערמאָרדעט, אָבער וועגן דעם שרייבט נישט שלמה שמיר. ער שרייט וועגן רבינו
תמס תפילין...
אויך נאָך דער מלחמה, איז דער "שלום עליכם" פונעם אַמעריקאַנער אידנטום
צו דעם ביסל געראַטעוועטע אידן, וואָס זיינען אָנגעקומען קיין אַמעריקע,
געווען אַ "קאַלטער שלום עליכם". פאַרוואָס טומלט נישט שלמה שמיר וועגן
דעם?
מילא, דאָס אַלץ קען מען אפשר פּסיכאָלאָגיש פאַרשטיין. אָבער ווען מען
רעדט שוין וועגן "געדענקען" אָדער "פאַרגעסן" דעם חורבן אין אַמעריקע, און
ספּעציעל צווישן די פרומע אידן, דאָ האָב איך שוין גאָר אַ האַרבע פראַגע
צו שלמה שמיר: וואו זענט איר געווען דאַן ווען אַ באַקאַנטער און
פּאָפּולערער רב אין פלעטבוש האָט, טאָג-איין, טאָג-אויס, געדרשנט, אַז די
זעקס מיליאָן אידן וואָס זיינען פאַרגאַזט, אָדער אויף אַן אַנדער אופן
אכזריותדיק דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דייטשן ימח שמם, זיינען בכלל נישט
געווען קדושים? דער רב, הרב אביגדור מילער, דער מחבר פון מערערע ספרים,
האָט געזאָגט, זיי זיינען געווען "זינדיקע חוטאים". יאָ אַזוי האָט ער זיי
באַצייכנט אין זיינע דרשות, און אין די פּאַמפלעטן און "טעיפּס", וואָס
זיינע אָנהענגער האָבן מאַסנווייז פאַרשפּרייט. (איך קען צושיקן אין
רעדאַקציע פאָטאָס פון די בלעטער אין זיינע ענגלישער ביכער וואו ער שרייבט
דאָס שוואַרץ אויף ווייס).
קיינער, אָבער ממש קיינער, האָט נישט פּראָבירט אים צו פאַרמאַכן דאָס
מויל און פרעגן: היתכן?! ווי אַזוי דערלויבט זיך אַ מענטש, און דערצו אַ
רב, אַזאַ מין חילול-השם?
אדרבה: כדי אַז אויך די גויים און גלחים אין דער קירכע זאָלן וויסן,
אַז די זעקס מיליאָן אומגעקומענע אידן האָבן זיך כשר פאַרדינט זייער
מיאוסן סוף, האָט דער דערמאָנטער רב געפּרעדיקט אין זיינע דרשות און
פאַרעפנטלעכט זיין "דעת תורה" אין אַ גראָבן בוך (תרתי משמע), אויף דער
ענגלישער שפּראַך, כדי אויך די גויים זאָלן הנאה האָבן וויסנדיק, אַז בעצם
איז היטלער ימח שמו גאָר געווען אַ "שליח-מצוה" פונעם רבונו-של-עולם...
ס'איז קיינעם אין אַמעריקע, און ספּעציעל צווישן דעם פרומען עולם, נישט
איינגעפאַלן, אים אַ פרעג צו טאָן: וואָס האָט פּאַסירט בעת די גזירות און
השמדות אין די טעג פון די קרייצציגלער? וואָס האָט פּאַסירט אין די טעג
פון די גזירות ת"ח ות"ט? אויך דעמאָלס זיינען אידן אומגעקומען דורך מיתות
משונות רחמנא ליצלן, און די גדולי הדור (וואָס זייער גדלות אין תורה איז,
לכל הדעות, נישט געווען קלענער פונעם דערמאָנטן רבס גדלות בתורה), ווי
למשל: רש"י, רבינו גרשום מאור הגולה, און שפּעטער, דער ש"ך, תוספות
יום-טוב, און אַנדערע, וועלכע האָבן נישט באַצייכנט די אומגעקומענע אַלס
חוטאים און זינדיקע, אדרבה: זיי האָבן די אומגעקומענע אידן באַצייכנט אַלס
קדושים, און לזכרם פון די קדושים האָבן זיי פאַרפאַסט ספּעציעלע קינות.
און דו - דער רב אין פלעטבוש - האָסט אַ "ספּעציעלן טעלעפאָן" צום
רבונו-של-עולם, וועלכער דיקטירט דיר זיי אָנצורופן "זינדיקע", וואָס האָבן
זיך פאַרדינט זייער מיאוסן טויט?
יאָ, געווען איינצלנע פאַלן, ווען געראַטעוועטע רעליגיעזע אידן האָבן
זיך איינגעשטעלט און פּראָבירט רעדן צום געוויסן פונעם דערמאָנטן רב.
געווען, למשל, אַן אָסטראָווצער איד, אַ געראַטעוועטער פון חורבן מיטן
נאָמען ר' שלום מאַרכעווקא, וועלכער איז אַמאָל אַריין אין בית המדרש
פונעם דערמאָנטן רב, און הערנדיק זיינע מוראדיקע חירופים וגידופים קעגן די
קדושים, האָט ער פּראָבירט "איינטענהן" מיטן רב. האָט יענער אים
אָנגענומען ביים נאַקן, און אים פּשוט אַרויסגעוואָרפן פון בית המדרש. די
מקורבים האָבן געזאָגט צו ר' שלום מאַרכעווקא: "האָסט געהאַט מזל און גוט
'אָפּגעשניטן', אַז ער האָט דיר נישט אָנגעבראָכן די ביינער...".
אויך מיין פרוי, חנה איילנבערג (אַ שואה-פאָרשערין און פאַרפאַסערין
פון עטלעכע דאָקומענטאַרע ביכער וועגן דעם חורבן), האָט אין אָנבליק פון
דער מיאוסער שענדלעכער דערשיינונג פון די העסלעכע פּובליקאַציעס פונעם
דערמאָנטן רב פון פלעטבוש, געהאַט אַ טעלעפאָנישן אינטערוויו אָנהויב מערץ
1971, מיטן באַקאַנטן גאון און ראש ישיבה פון "תורה ודעת", ר' יעקב
קאַמינעצקי זצ"ל, און אים געפרעגט: היתכן?
פראַגע: איז הרב אביגדור מילער געווען באַרעכטיקט צו באַצייכענען, אין
זיין בוך, די אידישע קדושים, וועלכע זיינען אַזוי אכזריותדיק אומגעקומען
דורך די דייטשע מערדער, ווי זינדיקע און רשעים?
תשובה: אין דער גמרא שטייט, אַז אפילו אַ רשע, וואָס ווערט דערמאָרדעט דורך אַ גוי, איז אַ קדוש.
שאלה: ווער בכלל ווערט באַצייכנט אַלס רשע?
תשובה: ווייסן מיר דען ווער ס'איז אַ רשע? ווייסן מיר דען וואָס ס'מיינט עבירות?
יאָ, דער קלוגער גאון ר' יעקב קאַמינעצקי זצ"ל האָט פאַרשטאַנען ווי
אַזוי צו ענטפערן דעפיניטיוו, קלאָר און דייטלעך, אָבער אויסצומיידן אַ
קאָנפראָנטאַציע מיטן פלעטבושער רב. צי דאָס איז געווען באַרעכטיקט צו
פאַרשווייגן און נישט רעאַגירן אויף די מוראדיקע ווערטער פונעם דערמאָנטן
רב, ווייס איך נישט. האָבן דאָך חז"ל שוין אַרויסגעזאָגט זייער מיינונג
וועגן רעליגיעזע פירער "רודפי-שלום":
"אמר רבי יוחנן: ענוותנותו של רבי זכריה בן אבקילס החריבה את ביתנו
ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו" (גיטין דף נ"ו עמוד א'). פאראן צייטן
און סיטואַציעס ביי אידן, ווען אַ רעליגיעזער פירער טאָר נישט שווייגן. ער
דאַרף האָבן קוראַזש זיך אַרויסצוזאָגן, און אפילו אויב דאָס מיינט קומען
אין קאָנפליקט קעגן אַ צווייטן רב און טאַדלען זיינע נישט-ריכטיקע מעשים
תעתועים. אַזוי זאָגט די גמרא (ברכות דף י"ט) בפירוש: "כל מקום שיש חילול
השם, אין חולקין כבוד לרב".
און דעריבער, ר' שלמה שמיר, אדרבה: אויב איר האָט שוין אָנגעפאַנגען
אויסמוסרן די "פרומע אידן וואָס ווילן נישט געדענקען", פאַרוואָס זאָלט
איר זיי אויך נישט דערמאָנען דעם שאַנד-פלעק וואָס ליגט אויף אַלע "פרומע
אידן" אין אַמעריקע, וואָס האָבן זיך צוגעהערט צו די העסלעכע און געמיינע
באַליידיקנדע ווערטער, וואָס זיינען געזאָגט און געשריבן געוואָרן אויפן
אַדרעס פונעם אָנדענק פון די זעקס מיליאָן קדושים?
יאָ, נאָר דער אָנדענק איז פון זיי נישט פאַרבליבן. נישטאָ קיין קבר,
און נישטאָ קיין מצבה. נאָר בלויז דער אָנדענק זייערער, וועלכער איז
געשענדעט און פאַרלעצט געוואָרן דורך דעם דערמאָנטן רב. ווער עס מאַכט
אַוועק דעם עניין, ווייסט נישט אַז ער שפּילט זיך מיט פייער.
אדרבה, זעט וואָס עס זאָגט וועגן די קדושים, דער "אור החיים הקדוש",
אין פּרשת צו (ויקרא ו, ב): "כי כל נפש שהרגו האומות מישראל על קידוש שמו
יתברך, הקדוש ברוך הוא רושם מדמו צורת הנהרג ההוא במלבוש אותו ילבוש
(ב)יום נקם בלבו... ואומרו והרים את הדשן, כנגד מה שהריעו בבחינת הייסורין
והעינויים אשר צררו אותנו...".
איך מיין, אַז עס וואָלט געווען אַ כבוד פאַרן אַמעריקאַנער רעליגיעזן
אידישן ציבור, ווען אַ רב, אַ גייסטיקער פירער, זאָל עפנטלעך, בפרהסיא,
בפני קהל ועדה, בעטן מחילה (בבחינת "עגלה ערופה") פאַר דער טאָטאַלער און
ברוטאַלער פאַרשעמונג פון די זעקס מיליאָן קדושים, דורכן דערמאָנטן רב.
דער דאָזיקער חוב ליגט אויף אַלעמען. זאָגט דאָך די גמרא (גיטין דף נ"ו)
"מדשמעי רבנן ולא מיחו, שמע מינה דניחא להו".
|