בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לכ' ה' אייר: האבן די ציונים גורם געווען דעם חורבן אייראפע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2007 20:19 לינק ישיר 

אנרגיה

פון אנפאנג האב איך געמיינט אז דיין פראבלעם איז, ווייל דו פארשטייסט טאקע נישט דעם חילוק פון ישראל על אדמתן צו נישט. כמנהג אנשי וו"ב שנשבו ונתגדלו בטעותן, אז ארץ ישראל איז בערך אזוי חשוב ווי מאנראו נאר מיט א הייסן וועטער.

אבער ווען איך האב געליינט ווייטער האב איך איינגעזעהן, אז איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אויף מיינע ווערטער, דו זעהסט אויס צו האבן א פראבלעם מיט פארשטיין וואס משרייבט דיר.

פארדעם ביזטו אבער משלים מיט אריין לייגן דיינע אייגענע ווערטער און סברות אין מיין פעדער

זאג מיר טייערער ווען איך האב געשריבן דאס אונטערגעשטראכענע


קודם שטעלט מען אוועק א פאקט אז "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים......
נאכדעם שטעלט מען אוועק א פאקט אז אלע קדושים וטוהרים זענן ג'הרגט געווארן און אלע רשעים זענן ניצול געווארן......
און נאכדעם פרעגט מען אויפ'ן רבוש"ע "למה הרעות לעם הזה"?????!!!!!!!
ווי אזוי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזעלכע פרעכע שקרים???
6 מיליאן יודן זענן געהרגט געווארן אין די פארשאלטענע יוראפ. זאג מיר באטשי, וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות????
 
טאמער קענסטו מיר נישט ווייזן ווי איך האב דאס געשריבן ביזטו סתם א שקרן און א זייפן. 


איך וויל נישט וויסן צו זיי זענן געווען קדושים וטהורים, ווייל וואס א קדוש וטהור מיינט ביי דיר, ווייסן מיר שוין. זאג מיר נאר וויפול פון זיי האבן מקיים געווען מצוות השם???
 
דו דערמאנסט מיך פון דעם ע"ה וואס האט געהערט חסידים קאכן זיך אין השגחה פרטית, שרייט ער: ווער דארף די אלע השגחות? מדארף עסען כשר און שוין!


די שאלה איז נאר, ווי אזוי קען אנעמען איך דיינע ציפערן נאכדעם וואס ס'איז זיך סותר מיט ציפערן וואס ווערן אנגעגעבן פון יודן וואס האבן דאס געזען מיט די אייגענע אויגן??!!! 

ווייז מיר ווי און ווען האט ר' אביגדור גערעט פון ציפערן?

"פארוואס ברענגסטו מיר דעם רמב"ם? אונז זעמיר נישט דן דא ווער ס'איז א אונס און ווער א מזיד. דאס ווייסט דאך קיינער נישט"

" די שאלה איז וויפול שומרי תורה (קדושים וטהורים) זענן געווען פאר די מלחמה, איז א תינוק שנשבה  א שומר תורה וויבאלד ער איז א אונס??!! ?"

ניפטער פיפטער, א לעבן מאכט ער? 
עם הארץ האבן מיר שוין געשריבן?

לפענ"ד נראה דו זאלסט דיינע אויבערשטע ווערטער איינפרעמען און אויפהענגען העכער דיין באנק בעט אין קעמפ.

 דע פאקט איז דער אייבירשטער דארף א פאלק פון שומרי תורה און נישט קיין אנוסים!


אנטושלדיג מיר שטארק טייער קינד, אבער די לעצטע שורה דיינע האט מיר ערוועקט אין מיר א שטארקען רצון אנצורופען  דעהם מנהל פון דיין חדר הלמאי מלאזט צו קליינע קינדער צו א געאסערטן קאמפיוטער?

איך מוז מודה זיין, האסט מיך אויס גענארט.
זאלסט אויס וואקסן איין ערליכער אידעלע.
 
BTW א מיליאן איז אסאך מעהר ווי א טויזנט


תוקן על ידי baachi ב- 06/06/2007 20:53:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2007 22:21 לינק ישיר 

באטשי

באטשי סטראשעט
טאמער קענסטו מיר נישט ווייזן ווי איך האב דאס געשריבן ביזטו סתם א שקרן און א זייפן. 
תשובה:

די ווערטער האב איך געשריבן. איך האב דיר געזאגט אז הדרה קושיא לדוכתיה און איך האב איבער גע'חזר'ט מיין קשיא. (און מ'דארף זעט אויס יא שרייבן מיט גרעסערע אותיות כדי די זאלסט קענן ליינן)

אויף די איבריגע קאמענטארן וועל איך נישט ענטפערן, ווייל איך וועל מיך נישט אראפלאזן צו דיין דרגא.

 

תיובתא ד'באטשי תיובתא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2007 23:07 לינק ישיר 

זיסקייט

ווען דו וועסט אנהייבן לערנען גמרא וועסטו זעהן אז מקען נישט פרעגען אזוי קיין קשיות,

קודם שטעלט מען אוועק א פאקט אז "אלע" זענן געווען קדושים וטהורים......
נאכדעם שטעלט מען אוועק א פאקט אז אלע קדושים וטוהרים זענן ג'הרגט געווארן און אלע רשעים זענן ניצול געווארן......
און נאכדעם פרעגט מען אויפ'ן רבוש"ע "למה הרעות לעם הזה"?????!!!!!!!
ווי אזוי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אזעלכע פרעכע שקרים???

יעצט האסטו געשריבן אז דו אליין האסט אלעס געזאגט,

מקען נישט אליין אוועק שטעלען פאקטן, און נאכדעהם פרעגען קשיות אויף זיך אליין.
אפשר אין די משניות קלאס גייט עס אביסל אנדערש. לערן אביסל לענגער גמרא נאכדעהם געט בעק טו אס.

האסט שוין איינגעקויפט פאר קעמפ? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2007 03:09 לינק ישיר 

רבותי: באטשי שרייבט-

האסט שוין איינגעקויפט פאר קעמפ?

אידיש איבערזעצונג:

ט ע י ת י    ט ע י ת י    ט ע י ת י.

ס'איז א ביסל א שווערע זאך מודה צו זיין, וועלמיר דאס אקצעפטירן בלשון נסתר, טאטעלע מיינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2007 21:43 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2007 23:09 לינק ישיר 

וואס דארפסטו צו-קומען צו ערוך השלחן? ער זאגט דאך סך הכל וואס ס'שטייט בפירוש ארויס אין פסוק.

בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים, ושבת עד השם אלוהיך, ושמעת בקולו.  כי אל רחום יהוה אלוהיך, לא ירפך ולא ישחיתך; ולא ישכח את-ברית אבותיך, אשר נשבע להם.

דע תכלית פון די עונשים איז נאר אז ושבת עד השם אלקיך.

ווער זאגט דען אנדערש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2007 23:26 לינק ישיר 

דברי אנרגיה

"ד) דער אוחה"ק רעדט פון אחרית הימים. די ווייסט אז אונז זעמיר באחרית הימים??? איך ווייס נישט. איך האף אז יא, אבער איך ווייס נישט. "



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2007 00:08 לינק ישיר 

בתוכחה כתיב

והבאתי עליכם חרב נוקמת נקם ברית, וגמרינן מזה אין נקימה אלא בסייף. וע"ז כתב שח"ו עכשיו בגלותנו אינו על דרך הנקימה, משא"כ בזמן שישראל על אדמתן כמו שדרשו בעשרת השבטים היתה על דרך הנקימה. או בסימוי עיניו של צדקיהו היתה על דרך הנקימה.

פארפאלען איך קען דיר נישט מעהר מסביר זיין דעם חילוק פון בזמן שישראל על אדמתן צו נישט.

אפשר ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין דעם חילוק, דער ווייל טאנץ א הורא ביי ומפני חטאינו גלינו מארצינו, אז דו ביזט ב"ה אין די גאלדענע אנגעפרעסענע  אמעריקע אין נישט אין דעם ארץ אוכלת יושביה איזראעל.

בעט ליפא צו מאכן א ניגון אויף דעהם






תוקן על ידי - baachi - 12/06/2007 0:50:14



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2007 02:09 לינק ישיר 

באטשי וויל ווייזן אז איך בין זעך סותר:
דברי אנרגיה
"ד) דער אוחה"ק רעדט פון אחרית הימים. די ווייסט אז אונז זעמיר באחרית הימים??? איך ווייס נישט. איך האף אז יא, אבער איך ווייס נישט. "

באטשי טייערער!
אפילו לויט דיר, רעדט דאך נישט דער פסוק פון אחרית הימים, ווייל די שרייסט דאך אז "ומצאוך כל הדברים האלה" איז נאר בזמן שישראל על אדמתם!!!
דער אחרית הימים פון פסוק מיינט "שפעטער", שפעטער ווען עטס וועטץ זינדיגן וועט פאסירן אט די זאכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2007 02:13 לינק ישיר 

באטשי ברענגט א מימרא:
בתוכחה כתיב
והבאתי עליכם חרב נוקמת נקם ברית, וגמרינן מזה אין נקימה אלא בסייף. וע"ז כתב שח"ו עכשיו בגלותנו אינו על דרך הנקימה, משא"כ בזמן שישראל על אדמתן כמו שדרשו בעשרת השבטים היתה על דרך הנקימה. או בסימוי עיניו של צדקיהו היתה על דרך הנקימה.

דאס שטייט אין ערוך השלחן???? וואס האטסו געוואלט מיטן ערוך???

און וואו שטייט דאס אויבן דערמאנטע מאמר?


איך מיין אז אויסער קאפיען און פעיסטן מאמרים קענסטו נישט קיין סאך, אויסער ליצנות קענסטו יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2007 16:12 לינק ישיר 

אנרגיה

"באטשי טייערער!
אפילו לויט דיר, רעדט דאך נישט דער פסוק פון אחרית הימים, ווייל די שרייסט דאך אז "ומצאוך כל הדברים האלה" איז נאר בזמן שישראל על אדמתם!!!
דער אחרית הימים פון פסוק מיינט "שפעטער", שפעטער ווען עטס וועטץ זינדיגן וועט פאסירן אט די זאכן. "


1) דער פסוק ומצאוך כל הדברים כל הדברים האלה, שטייט אין  ואתחנן אין פרשת כי תוליד בנים ובנות ונושנתם דאס איז דער פרשת הגלות,


וְהֵפִיץ יְהֹוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהֹוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה:
(כח) וַעֲבַדְתֶּם שָׁם אֱלֹהִים מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם עֵץ וָאֶבֶן אֲשֶׁר לֹא יִרְאוּן וְלֹא יִשְׁמְעוּן וְלֹא יֹאכְלוּן וְלֹא יְרִיחֻן:
(כט) וּבִקַּשְׁתֶּם מִשָּׁם אֶת יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וּמָצָאתָ כִּי תִדְרְשֶׁנּוּ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ:
(ל) בַּצַּר לְךָ וּמְצָאוּךָ כֹּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים וְשַׁבְתָּ עַד יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וְשָׁמַעְתָּ בְּקֹלוֹ:

 קוק אויך אין רמב"ן 

(כה) כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם ענין הכתוב הזה, שיזכיר ויאמר כי תוליד בנים ובני בנים ובעבור היותכם ישנים בארץ ותשבו לבטח אולי תשכחו את השם, והעידותי בכם היום שתאבדו מהר כי לא יאריך לכם מאחר שתעבדו ע"ז והפרשה הזו אע"פ שהיא אזהרה לא נאמרה בלשון "אם", והטעם כי הוא כמתנבא על עניינם, וידבר בלשון ישמש בשני פנים בלשון אזהרה ובלשון עתיד לבא, יאמר שיעשו ויהיה להם ככה, ולא יגזור עליהם ומפני זה אמרו רבותינו (גיטין פח) שרמז לגלות בית ראשון במלת ונושנתם בגימטריא, והיתה קבלה בידם כי יש בפרשה הזאת רמז לזמן הגלות, וכאשר בא עליהם התבוננו בה בינה: 

אין דעם אורהחה"ק וואס איך האב פריער אראפ געברענט (קאפי ענד פעיסט) שטייט בפירוש אזוי איך האב עס יעצט אונטער געשטראכן סזאל דיר זיין גרינגער צו טרעפן.

 ואומרו בצר לך - כתוב זה מדבר בהבטחת הגאולה, כי בצר לעם ישראל שהוא זמן הגלות, עוד לו שימצאוהו כל הדברים האלה האמורים בסמוך, שהם השמדה מן האדמה והפצה בין האומות, והמעטים שישארו מתי מספר זה יהיה באחרית הימים, והם חבלי משיח, ולא יהיה להם כל הצרות בתמידות בזמנים ארוכים אלא באחרית הימים, ומבטיחם שיעורר ה' לבבם אז לשוב בתשובה, והוא אומרו ושבת עד ה', ונתן טעם להבטחה זו, כי אל רחום ה' אלהיך לא ירפך וגו' ויחזק לבך לשוב וגו':
"

2)דער פסוק כל הדברים האלה קען נישט ארויף אויף די תוכחה ווייל דאס שטייט אין ואתחנן, און די תוכחה איז אין פרשת כי תבוא.  אסאך שפעטער. 
 
"בתוכחה כתיב
והבאתי עליכם חרב נוקמת נקם ברית, וגמרינן מזה אין נקימה אלא בסייף. וע"ז כתב שח"ו עכשיו בגלותנו אינו על דרך הנקימה, משא"כ בזמן שישראל על אדמתן כמו שדרשו בעשרת השבטים היתה על דרך הנקימה. או בסימוי עיניו של צדקיהו היתה על דרך הנקימה.

2) דאס שטייט אין ערוך השלחן???? וואס האטסו געוואלט מיטן ערוך???

און וואו שטייט דאס אויבן דערמאנטע מאמר? "

דאס איז נישט קיין מאמר, דאס זענען מיינע ווערטער, איך האב פשוט געוואלט וויסן צו דו פארשטייסט לשון הקודש.

לאמיך דיר עס אבער איבערטייטשן אויף יידיש

דער ערוך השולחן שרייבט אז לויט דעם סמ"ג זענען די נישט צרות בזמן הגלות נישט ח"ו על דרך הנקימה. נאר אלעס לטובתינו.

האב איך געשריבן אז ביי די תוכחה שטייט בפירוש דאס ענין פון נקימה, די חז"ל דרשענן אז סגייט ארויף אויף עשרת השבטים און אויף צדקיהו המלך, ווען ס'געווען ישראל על אדמתן, קען נישט זיין  אז די תוכחה איז געזאגט געווארן בזמן הגלות. 

  איך מיין אז אויסער קאפיען און פעיסטן מאמרים קענסטו נישט קיין סאך, אויסער ליצנות קענסטו יא. "

3) "קאפיען און פעיסטן" רופט מען ביי יידען צו צייכענען (און אראפ ברענגן)  מקורות

איך פארשטיי אז סשטערט דיך, אבער אזוי האב זיך געפירט יידן תלמידי חכמים אין אלע דורות, צו צוברענגן מקורות צו זייערע ווערטער. 
איך ווייס אז ס'דא מקומות וואס מהאט נישט געהאלטן פון צו ברענגן מקורות, מחמת לאו פון "לא תגלה"
פארשטייט זיך אז אויב דו ווילסט נישט עובר זיין אויף אל תטוש תורת אמך, מוזטו דאס נישט לייענען.




תוקן על ידי baachi ב- 12/06/2007 16:26:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2007 18:02 לינק ישיר 

כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם  ב א ר ץ. און די האלסט אז דער רמב"ן טוט אויסרייסן דעם פסוק און זאגט אז דאס רעדט זיך  נ א ר  בזמן הגלות???????

די ברענגסט דעם אוהח"ק און די שטרייכסט אונטער נאר וואס דיר שמעקט, ווען 9 ווערטער דערנאך שרייבט ער  "שהם השמדה מן האדמה".

בעפאר איך גיי ווייטער וואלט איך געוואלט וויסן צו די מאכסט דא סתם פורים פון מיר אדער די קענסט טאקע נישט לערנן א יודיש ווארט (אויסער קאפיען און פעיסטן).
פליז לאמיך וויסן ווייל איך וויל נישט סתם אנברענגן די צייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2007 18:36 לינק ישיר 

דו מאכסט זיך צו דו ביזט

ערשטער שלב, יידען זענען אין אין ארץ ישראל

י תוֹלִיד בָּנִים וּבְנֵי בָנִים וְנוֹשַׁנְתֶּם בָּאָרֶץ וְהִשְׁחַתֶּם וַעֲשִׂיתֶם פֶּסֶל תְּמוּנַת כֹּל וַעֲשִׂיתֶם הָרַע בְּעֵינֵי יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ לְהַכְעִיסוֹ:

צווייטער שלב, גלות פון ארץ ישראל (די תוכחה אין פרשת כי תבוא רעדט פון דעהם שלב) 

(כו) הַעִידֹתִי בָכֶם הַיּוֹם אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ כִּי אָבֹד תֹּאבֵדוּן מַהֵר מֵעַל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַתֶּם עֹבְרִים אֶת הַיַּרְדֵּן שָׁמָּה לְרִשְׁתָּהּ לֹא תַאֲרִיכֻן יָמִים עָלֶיהָ כִּי הִשָּׁמֵד תִּשָּׁמֵדוּן:

דריטער שלב, הפצה בין האומות

(כז) וְהֵפִיץ יְהֹוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהֹוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה:

פערטער שלב, יידען דינען די גויים (שאתם עובדים לעובדיהם) אין גלות

(כח) וַעֲבַדְתֶּם שָׁם אֱלֹהִים מַעֲשֵׂה יְדֵי אָדָם עֵץ וָאֶבֶן אֲשֶׁר לֹא יִרְאוּן וְלֹא יִשְׁמְעוּן וְלֹא יֹאכְלוּן וְלֹא יְרִיחֻן:

פיפטער שלב,  יידען זוכען דעם אייבערשטן אין גלות

(כט) וּבִקַּשְׁתֶּם מִשָּׁם אֶת יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וּמָצָאתָ כִּי תִדְרְשֶׁנּוּ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשֶׁךָ:

זעקסטער שלב,  ומצאוך כל הדברים האלו אין גלות (חבלי משיח, שואה) השמדה מן האדמה מיינט וואס איז געשעהן איו די שואה מלשון להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים

(ל) בַּצַּר לְךָ וּמְצָאוּךָ כֹּל הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה בְּאַחֲרִית הַיָּמִים
 
זעקסטער שלב, סקומט אראפ  ארוח תשובה אויף דער וועלט

וְשַׁבְתָּ עַד יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ וְשָׁמַעְתָּ בְּקֹלוֹ:

זיבעטער שלב, דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף יידען

כִּי אֵל רַחוּם יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ לֹא יַרְפְּךָ וְלֹא יַשְׁחִיתֶךָ וְלֹא יִשְׁכַּח אֶת בְּרִית אֲבֹתֶיךָ אֲשֶׁר נִשְׁבַּע לָהֶם:

אכטער שלב, מוועט מאכען בעלי תשובות דורך זיך אויסטענען מיט זיי - אזאך וואס איז נאך קיינמאהל נישט געוועהן אין היסטאריע אויף דעהם פארנעם.

(לב) כִּי שְׁאַל נָא לְיָמִים רִאשֹׁנִים אֲשֶׁר הָיוּ לְפָנֶיךָ לְמִן הַיּוֹם אֲשֶׁר בָּרָא אֱלֹהִים אָדָם עַל הָאָרֶץ וּלְמִקְצֵה הַשָּׁמַיִם וְעַד קְצֵה הַשָּׁמָיִם הֲנִהְיָה כַּדָּבָר הַגָּדוֹל הַזֶּה אוֹ הֲנִשְׁמַע כָּמֹהוּ:
(לג) הֲשָׁמַע עָם קוֹל אֱלֹהִים מְדַבֵּר מִתּוֹךְ הָאֵשׁ כַּאֲשֶׁר שָׁמַעְתָּ אַתָּה וַיֶּחִי:
(לד) אוֹ הֲנִסָּה אֱלֹהִים לָבוֹא לָקַחַת לוֹ גוֹי מִקֶּרֶב גּוֹי בְּמַסֹּת בְּאֹתֹת וּבְמוֹפְתִים וּבְמִלְחָמָה וּבְיָד חֲזָקָה וּבִזְרוֹעַ נְטוּיָה וּבְמוֹרָאִים גְּדֹלִים כְּכֹל אֲשֶׁר עָשָׂה לָכֶם יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם בְּמִצְרַיִם לְעֵינֶיךָ:

ביטע שרייב אויף יידיש, אנשטאט  קאפיע און פעיסט שרייב:  ברענגסט מקורות



תוקן על ידי baachi ב- 13/06/2007 19:20:04




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2007 19:50 לינק ישיר 

וועגען לשון השמדה

ירושלמי מו"ק
וגם בבלי בשינוי לשון

רבי ליעזר אומר אם אין ישראל עושין תשובה אין נגאלין לעולם שנאמר בשובה ונחת תושעון
 מר לו רבי יהושע וכי אם יעמדו ישראל ולא יעשו תשובה אינן נגאלין לעולם?
 אמר לו ר"א
 הקב"ה מעמיד עליהן מלך קשה כהמן
 ומיד הן עושין תשובה
 והן נגאלין
 מ"ט ועת צרה היא ליעקב וממנה יושע

די היינטיגע צדיקים זאגן אז די איינציגע מאהל אין די היסטאריע פון אידן ווען סגעוועהן א גזירות השמדה אהן א ברירה פון ע"ז איז געוועהן המן הרשע אין דער רשע ימ"ש.

אלע אנדערע גזירות זענען נישט געוועהן אזוי להשמיד ולהרוג ולאבד, אהן פארקויפן לעבדים ושפחות.
דאס מיינט ר"א הגדול אני מעמיד עליהם מלך כהמן, ומיד הן עושין תשובה.

א מוראדיגע זאך
דאס הייסט אז די גזירה פון די שואה איז געוועהן פשוט מעורר זיין אידן צו תשובה כדי די גאולה זאל שוין קענען קומען.

שבתי וראיתי דיין לשון הזהב צו מיר, אזעלכע פערל ווערטער מוז מען שרייבן אין גרויסען 
, ברשותך וועל איך דאס מעתיק זיין למען ידעו

"בעפאר איך גיי ווייטער וואלט איך געוואלט וויסן צו די מאכסט דא סתם פורים פון מיר אדער די קענסט טאקע נישט לערנן א יודיש ווארט (אויסער קאפיען און פעיסטן).
פליז לאמיך וויסן ווייל איך וויל נישט סתם אנברענגן די צייט."

תוקן על ידי - baachi - 13/06/2007 20:13:04

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2007 02:14 לינק ישיר 

אין משיבין על הדרוש (פורים תורת).

א פריילכין פורים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לכ' ה' אייר: האבן די ציונים גורם געווען דעם חורבן אייראפע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.