בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לכ' ה' אייר: האבן די ציונים גורם געווען דעם חורבן אייראפע?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2007 18:30 לינק ישיר 

וועלכער חלק פון מיינע תגובות איז אין דיינע אויגן  א פורים תורה?
דו האסט דאס קלאהר ארויס צו נישט?
אויב יא דאן טו א איד א טובה,

ביטע שרייב וואס דו האסט פארשטאנען פון מיינע ווערטער, און פארוואס דו האלטסט אז סאיז א פורים תורות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2007 07:06 לינק ישיר 

דער ערוך שרייבט אז די עונשים זענען נישט על דרך הנקימה אלא בכדי לצרפנו. קומסטו און ביסט מסביר אז דער ערוך רעדט נישט כלשון בני אדם מסביר צו זיין אז די עונשים זענן כאשר ייסר איש את בנו, נאר דער ערוך וויל זאגן לאפוקי די תוכחה. דאס איז א תורה. אן אייגנגעמאכטע תורה. אריין געלערנט אינעם ערוך ווי אזוי דיר שמעקט.
נא, גיי טענה דיך אויף דעם?!
איך וועל זאגן אז דער ערוך האט דאס נישט געמיינט און די וועטס זאגן יא. דעריבער איז נישט מער ווי פאסיג אויס-צו-פירן, אין משיבין על הדרוש.

די פרעגסט וועלכער חלק פון מיינע תגובות איז אין דיינע אויגן  א פורים תורה?
דיין גאנצע צו-גאנג איז בדרך דרוש. אנגעפאנגן מיט אראפ ברענגן דעם בעש"ט (וואס די האסט נאך ביז יעצט נישט מסביר געווען) אין גענדיגט מיט'ן ערוך.

אייגענע דרשות און תורות ווערן אויף יודיש אנגערופן קאפיען און פעיסטען.
א מקור מיינט:
א קלארע ראיה צו וואס מ'האלט.
קאפיען און פעיסטן מיינט:
נעמען א שטיקל תורה פון דא און צוקלעבן דערצו אן אנדערע שטיקל פון ערעגץ אנדערש און מאכן דערפון א שיטה.


די ביסט א מומחה און קאפיען און פעיסטען, און איך בין נישט געשולט זיך צו פארמעסטן מיט דעם.

מיט אנטשולדיגונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2007 17:52 לינק ישיר 

איך פארשטיי  נאך אלץ נישט.
איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז דו פארשטייסט נישט וואס איך שרייב.
OK, א דבר ידוע אז געוויסע מענטשן פארשטיין נישט אלעס

דרוש? ,בסדר, איך האב במוחי הקטן נישט באגריפען אז דו רעדסט דא נאר פון הלכות פסוקות  
אבער פארוואס רופסטו דאס פורים תורות?

שרייב מיר ביטע וואס איז דיין הלכה'שע דעפינאציע פון א פורים תורה?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2007 04:33 לינק ישיר 

איך וויל דא מודה זיין ברבים אז דער רמב"ן אויף די תוכחה זאגט קלארע ווערטער אז די תוכחה און די עונשים גייען "נאר" אן בזמן שישראל על אדמתם.

איך טוה נאך חוקר זיין אין דעם ענין, ועוד חזון למועד.
 
באמת פארשטיי איך נישט דעם רמב"ן וואס ער אליין זאגט כסדר אז ס'איז דער סדר פונעם פסוק "נישט" ארויס-צו-שרייבן פונקטליך אלעס וואס איז גאזאגט געווארן ווי למשל ביי די מי מריבה. עיין שם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2007 23:20 לינק ישיר 

אנרגיה

זעהר שיין און נאבל פון דיין זייט צו ברענגען דעם רמב"ן היפך שיטתך.

יעצט בלייבט צו זעהן צו דו וועיסט טוישן דיין מיינונג אדער צו דו וועסט זאגען אז דער רמב"ן איז כולו מוקשה... און דער רבי איז גערעכט

איך בין זעהר נוטה צו די צווייטע  

איל וויל דיר איבער חזרן דיינע ווערטער - פסוקים פון די תוכחה - אויף וואס דו האסט געבויט דיין מיינונג

לפי דעתך, ווען קען מקיום ווערן די פסוקים פון די תוכחה? ווען קען מקוים ווערן מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו, כל במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך? די יודן זענן דאך נעבעך נישט שולדיג? און לפי ראות ענינו זענן זיי טאקע נישט שולדיג. איך קען דיר אויך געבן מערערע הסברים פארוואס זיי זענן אומשולדיג. דיין הסבר איז גאר שטארק, און "יאגעלע,ס" הסבר איז אויך א גוטער לימוד זכות אויב אונז וועלמיר דורכפאלן דא אין אמעריקע.

נא, בלייבט דאך די קשיא: און די תורה שטייט והיה, אם-לא תשמע בקול יהוה אלהיך, לשמר לעשות את-כל-מצותיו וחקתיו, אשר אנכי מצוך היום--ובאו עליך כל-הקללות האלה, והשיגוך, אויף ווען איז דאס געזאגט געווארן????

אלא, מוז זיין אז אפ-צו-מאכן ווען מ'איז שולדיג אויף דורכפאלן א נסיון און ווען מ'איז נישט שולדיג, דאס באלאנגט פאר'ן אייבישטען און נישט פאר "באטשי" און נישט פאר'ן "אלגעמיינער" און נישט פאר "אנרגיה" און נישט פאר'ן רבי'ן זי"ע אדער פאר "ר' אביגדור".
פאר אונז בלייבט נאר איבער צו קוקען אין חומש אין זעהן די ביטערע ווערטער פון: "אם-לא תשמר לעשות, את-כל-דברי התורה הזאת, הכתבים, בספר הזה:  ליראה את-השם הנכבד והנורא, הזה את, יהוה אלהיך. והפלא יהוה את-מכתך, ואת מכות זרעך:  מכות גדלת ונאמנות, וחלים רעים ונאמנים". עס כאפט דאך א שוידער ווען מליינט "מבשר בניו אשר יאכל, מבלי השאיר-לו,  במצור, ובמצוק, אשר יציק לך איבך, בכל-שעריך". און "פלעין" יודיש מיינט דאס אז אויב כלל ישראל וועט זיך אפשאקלען פונעם אייבישטען, (צו איז דאס וועגן נסיון העוני צו נסיון העושר, צו איז דאס נסין האינטערנעט וכו) וועט זיין ביטערע קאנסקעוונצן.

איי דיינע מליצה ישרה'דיגע געפילן? וויל איך דיר זאגן אז איך פארשטיי אויך נישט ווי אזוי מ'קען דאס רעכנן פאר חטאים נאך אזעלע ביטערע נסיונות, און דאס איז  וואס דיר שטערט. אבער ס'קוקט אויס אז דער אייבישטער זעהט דאס יא אלץ חטאים.

לסיכום:
דאס איז קלאר אז ס'שטייט און די תורה אויב מ'האלט נישט איין וואס דארט'ן שטייט וועט זיין ביטער.
דאס איז קלאר אז דע מצב אין יהדות איז געגאנגן מטה מטה און מ'האט נישט איינגעהאלטן די תורה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2007 01:16 לינק ישיר 

איך האב עפעס א הרגש אז מיין הסבר האט געמאכט א שטיקל איינדרוק אויף דיר און דיך שטערט אויך די קשיות.
אבער ווי איך האב שוין פריער געזאגט זענן די ראיות וואס דער רמב"ן ברענגט, זיך סותר מיט זיין מהלך אויף אנדערע פלעצער. דאס טוישט נישט וואס ער האלט. אבער אויף זיינע ראיות איז מיר זייער שווער.

יעצט בלייבט צו זעהן צו דו וועיסט טוישן דיין מיינונג אדער צו דו וועסט זאגען אז דער רמב"ן איז כולו מוקשה... און דער רבי איז גערעכט

קודם וועל איך דורכטוען אלע ראשונים וואס זענן עוסק אין דעם ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2007 03:45 לינק ישיר 

אנרגיה

להוציא מליבך

איך האלט ווייטער אזוי ווי דער ערוך השולחן וואס איך האב דיר געברענגט האט אזוי גוט מגדיר געוועהן, אז די הנהגה פון באשעפער מיט כלל ישראל אין גלות איז נישט בדרך עונש ונקימה ח"ו נאר כולו טוב למעלה מהשגתינו.

אויך האלט איך אז סאיז פשוט זינלאז צו זאגן אז סאיז געוועהן איין עונש פאר געוויסע חטאים - כדי מצדיק צו זיין דעם בוכ"ע פון השופט כל הארץ לא יעשה משפט. ווען דאס רוב פון די אומגעקומענע זענען בכלל נישט געוועהן קיין חוטאים אין יענע געוויסע חטאים. אין דער כיוון שניתנה רשות מאכט נאך שווערער די קשיא

דו האסט צוזאמגערעט כל הקינדישע נארישקייטן אויף יידען און צו דעהם געפאכעט מיט די תוכחה. דאס אלעס.
 
יעצט פרעג אפ דעם רמב"ן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2007 06:53 לינק ישיר 

די האלטסט ווי דער ערוך השלחן אז דער אייבישטער מיינט נישט נקמה. ווער האלט נישט?
די האלטסט ווי דער בעש"ט אז דער אייבישטער איז א גוטער. ווער האלט נישט?
די האלטסט אז רוב אומגעקומענע זענען נישט געווען קיין חוטאים אין יענע (?) חטאים. ווער האלט נישט? יעדער נארמאלער מענטש.

איך האב דיר שוין געפרעגט וויפול פראצענט זענן געווען שומרי תורה ומצוות. האסטו מיר געפרעגט ווער איז א שומר תורה. האב איך דיר גענטפערט. אין דיר האט אנגעכאפט א שווייגעניש.
איך האב דיר געפרעגט וואס האט דע בעל שם'ס שיטה מיט די תוחכה. אין דיר האט אנגעכאפט א שווייגעניש.

ביז-דערווייל האבן מיר נאר דעם רמב"ן ראיה לדבריך. און ווי איך האב שוין געזאגט, איך וועל ווייטער דורך טוען דעם נושא און זיך נישט באגענוגען מיט קאפיען און פעיסטען.

איי לי לא לי לא........ 

תוקן על ידי אנרגיה ב- 27/06/2007 6:58:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2007 01:33 לינק ישיר 

איינער האט אריינגעשיקט א הערליך שטיקל צום אלגעמיינער מיט'ן קעפל: אַ בלוט-בלבול קעגן הרב אביגדור מילער. עס איז א נחת צו לייענען. אט זעט:
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=3617





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2007 09:15 לינק ישיר 

א דאנק אייך ALLWAYS פאר'ן ברענגן דעם ארטיקל. ס'איז דאך ממש כמים קרים על נפש עייפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לכ' ה' אייר: האבן די ציונים גורם געווען דעם חורבן אייראפע?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.