באקומען אין אישית (פון דעים זעלביגען אומערלויבטען שרייבער דא)
ללא נושא |
|
בנוגע דעם עירוב אין בארא פארק אויף 52 איז ווי פאלגענד (איך האב נישט קיין רשות כתיבה): ערשטענס: עס איז קיינמאל נישט געשטאנען אזא זאך אז דער עירוב וואס פלעגט זיין אויף ראדני איז געמאכט פאר די פוילישע גוים. עס איז געשטאנען אז וויבאלד די גוים ברענגען אריין און טראגן ארויס די פארענטשעס אום שבת (וואס איז מותר לצרכי רבים) וועלן מענטשן מיינען אז מען מעג טראגן אויף די גאס, דעריבער כדי צו פארמיידן חילול שבת האט מען געמאכט דעם עירוב. און יעצט צו בארא פארק: דאס עסן פון סאטמארער רבי'ן שליט"א איז געווען אין א ספעציעל געבויט שטיבל אין הויף ממש נעבן טענט (ביים טיר נעבן דעם אויבן אן) און עס איז געווען אן עירוב פון טענט ארום דעם ביהמ"ד שומרי אמונה וואס געפינט זיך נעקסט צום שטח בימ"ד החדש. אויך אויף דער גאס איז געווען אן עירוב פון 14 עוועניו ביז אינמיטן די 52סטע סטריט, וויבאלד די בית הכסא'ס איז געווען אין ספעצילע מאבילס אויף דער גאס, וואלט עס גורם געווען חילול שבת שלא ביודעים.
|
|
|