בית פורומים כל העולם כולו

רבבות ביים געהויבענעם שב"ק אין בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2007 23:28 לינק ישיר 
רבבות ביים געהויבענעם שב"ק אין בארא פארק

ס'איז פשוט נישטא די ווערטער צו באשרייבן דעם געהויבעעם הייליגן שבת קודש, בצילא דמהימנותא פון רבינו שליט"א אין בארא פארק.

אנגעהויבן פון פרייטאג צו נאכטס ביים דאווענען, די לעכטישע הייליגע טיש, ליל שב"ק, די רבבות מענטשן, די גדולי הדור וואס זענען געקומען לחסות בצילא של רבינו שליט"א, די דאווענען בייטאג, די געהויבענע עת רעווא דרעווין, ביי שלוש סעודות.

ועל כולם דער מעמד נכבד ונשגב, פון די הנחת אבן הפינה און נאכדעם דאס באגלייטן וואס איז געווען א מעמד אדיר וואס בארא פארק האט נאכנישט געזען.

איך האף צו ברענגען עטליכע בילדער שפעטער



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 00:03 לינק ישיר 

א חלק פונעם הערליכן ציבור ביי שלוש סעודות

נאך א בילד בשעת די דברות קודש


בשעת די דברות קודש פון רבינו שליט"א



באלד וועל איך אי"ה ברענגען נאך עטליכע בילדער, את אשר הגיעה לידי.
פון הבדלה און אי"ה פון די הנחת אבן הפינה ועוד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 00:37 לינק ישיר 

אידעלע,
האו האו, ס'טיט וויי די אויסגעצויגענע פנימער פון דיינע רבבות,
בכלל, אפשר קענסטו מיר זאגן פארוואס דיין בהיימעניסע קען נישט
צושטעלן א פאטאגראף מאשין וואס כאפט קלארע בילדער,
האט דאס אפשר צוטון מיט די דאפעלטע יאנקעלע גליק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2007 00:45 לינק ישיר 

אידעלע,
ווי עס קיקט אויס
האט ער דאך יא געהאט מער ווי ר' דוד בעריש אין ב"פ....................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2007 00:47 לינק ישיר 

פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט
און אויב די וועסט שרייען געפעלשט, געצויגען, געשטיקעלט, געשמיקעלט, און דאפעלט,

לייגט זיך ביטע אין בעט און חלום אז רבינו שליט"א איז בכלל נישט געווען אין בארא פארק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 00:51 לינק ישיר 

דער הייליגער קאמארנער צדיק, מיט רבי ר' מאיר'ל ראטה...

אזש, וואס מיר האבן פארפאסט???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/4/2007 01:06 לינק ישיר 

עטליכע בילדער פון די הנחת אבן הפינה, פון דעם בית המדרש הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק
שיבנה אי"ה בקרוב.

א טייל פונעם ריזיגן ציבור כ"י






א בילד פון די בימת הכבוד



א בילד פון  רבינו שליט"א און די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א
מ'זעט הגה"צ רבי יעקב יוסף ה"ש שליט"א און הגה"צ מפאלטישאן שליט"א


באלד האף איך אי"ה צו ברענגען נאך בילדער בל"נ




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 01:21 לינק ישיר 

הגה"צ קארלסברוגער רב שליט"א



נאך פונעם ציבור


עפעס זעה איך זענען די חארונים שטיל געווארן, זיי האבן עפעס פארלוירן ס'לשון
געפעלשט... געשטיקעלט... הייבטס אן ביטע




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 01:33 לינק ישיר 

אידעלע,
פון טיפן הארץ טוהן מיר דיר דאנקן, דו האסט ארויף געברענגט
א שמייכל אויף מיין געזיכט, אידעלע דאנקע שיין דאנקע שיין
פאר די שיינע קלארע בילדער ווי מען זעט אז זלמן לייב האט
געהאט ביים אבן הפינה עטליכע הודערט קינדער מיט בחורים
און אפאר צענדליגע בעלי בתים, יא, איך בין שטאלץ מיט דיינע בילדער,
זאל די וועלט זען אז זלמן לייב האט א גרעסערן עולם פון מאטל שטיין,
שיין דערלעבט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2007 01:36 לינק ישיר 

רבבות ביים באגלייטן רבינו שליט"א צו די אכסניא



נאך פונעם באגלייטן, אנשי שלומינו אין די צענדליגער טויזענטער כ"י




רבינו שליט"א ביים אנוואונטשען א גוטע וואך


א קלארער בילד







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 02:11 לינק ישיר 

וואס איז משה גבאי אזוי פארכמארעט דארט

און וואס איז געווען אזא גיטס אז רז"ל מיט רח"ד קאטץ לאכען אזא גיטס

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 06:44 לינק ישיר 

איך האב באמת נישט קיין סאך צייט, אבער איך מוז ארויסברענגען ברבים די שבח והודאה פון סאטמארע חסידים נאך אזא אויסטערליש געהויבענע שבת.
סאיז נישט נאר די טויזנטער סאטמארע חסידים פון גאנץ ניו יארק, די טויזנטער חסידים פון בארא פארק, די הונדערטער איידעלע ערליכע בחורים, די חשובע רבנים ובראשם די דיין שליט"א, די ריזיגע פלאץ וואו מגייט אויפשטעלן די הערליכע ביהמ"ד, און אלעס.
די עיקר וואס האט מיך און יעדעם איינעם אזוי שטארק געפרייט איז געווען צו זען דעם רבין שליט"א, די איידלקייט, די קדושה, די דאווענען, די תורות, די הכנעה פאר יעדן ערליכן איד און די גאלדענע סבר פנים יפות מיט וואס ער האט יעדעם באגריסט, ממש נישטא קיין ווערטער.

נישט אומזיסט האט מען געזען אזויפיל טויזנטער און טויזנטער אידן זיך מיטפרייען ביי די הנחת אבן הפינה צו די גרעסטע סאטמארע שול אין ב"פ, וואס וועט זיין א כבוד און שטאלץ פאר סאטמאר און רבינו שליט"א און אלע חסידים!
נישט אומזיסט האט מען געזען די פרייליכע פענימער ביים עולם היינט צופרי וואו מגייט און משטייט!
נישט אומזיסט האבן אידן מנדב געווען די ריזיגע סכום פון איבער 3 מיליאן דאלער אין איין שבת אליין צו באצאלן די אויפבויען פון די בית המדרש הגדול פון סאטמאר אין בארא פארק!

ורוח הקודש אומרת כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 20:05 לינק ישיר 

אידעלע,  איך האב אלע בילדער וואס די האסט ארויף געלייגט געסעיווט תיכף ומיד, מען האט גארנישט אראפגענומען, אדרבה לייג ארויף נאכאמאל וואס מען האט לשיטתך אראפ גענומען

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 20:28 לינק ישיר 

וועמען וויסטו פאפן, די ווייסט דעם נישט אז אידעלע איז אן אהרוני.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 21:11 לינק ישיר 

יוסעלע, א גוט יאר, ברוך מחיה המתים

קענסט מיר אפשר ענטפערן וואס איך האב דיר געפרעגט?

האט דיין רבי מתיר געווען אינטערנעט?

וואס טוט זיך מיטן פקודתו שמרה רוחו?

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2052396



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2007 22:38 לינק ישיר 

איך האב נאך בילדער ארויפצולייגן, גאר גוטע קוואליטעט.
כאטש איך בין זיכער אז ס'וועט עפעס "מיסטעריעז" אראפפליען... דורך די אימפארטייאישע מנהלים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבבות ביים געהויבענעם שב"ק אין בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext