נשלח ב-30/4/2007 03:30
וואס טו איך מיטן טיקעט? איך האב זיך זייער געיאגט און געכאפט א רעד לייט און דער פאליציימאן (אנטיסעמיט בלע"ז) האט מיר געוואלט געבן א לעקציע איך זאל האבן געדולד און סבלנות און מיר געשטעלט אין דער זייט און מיר אויסגעשטעלט א קוויטל.
וייסט איינער וואס איך האב צוטון נעקסט?
נשלח ב-30/4/2007 12:45
באצאל עס, און נעקסטיים זיי מקיים דעם ונשמרתם
נשלח ב-30/4/2007 16:06
דאס געזעץ איז נישט געמאכט צו פייניגען די מענטשהייט, עס איז געמאכט צו אפהיטען די מענטשהייט, אויב איך וואלט ביי מיסטעק אפילו אריבער געפארן א רויטען לייט, וואלט איך מיך געשעמט צו דערציילן, נאכדערצו אז עס איז במזיד, עס איז פארברעך פאר א איד "שומר תורה ומצות" אדורך צו פארן א רויט לייט, א חוץ וואס די זאלסט באצאלן דעם טיקעט, טו תשובה, און נעם דיך פאר נישט עס צו טון מער.
_________________
נשלח ב-30/4/2007 20:01
שקויעך פאר די עצות. איך האב נישט געמיינט צו פרעגן וועגן באצאלן, איך מיין די פוינטס וואס מבאקומט. געדאנקען ביי דיר האט זיך קיינמאל נישט געמאכט אז ביסט שנעל געפארן און און זיך דורכגעגליטשט ביי א ארויט לייט? וואס איז די בושה? איך האב עס געטון במזיד? איין זאך ביזטו גערעכט אז איך דארף אכטונגגעבן און נישט טון מער.
נשלח ב-30/4/2007 21:06
ער האט נישט געזאגט אז ער איז דורכגעפארן, נאר ער האט געכאפט. כאפסט?
נשלח ב-1/5/2007 03:39
ערשטענס פלי נאט גילטי
פליען גילטי איז זיכער אז די פארלירסט
פליען נאט גילטי קען נאך געשען אדער די אנטיסימיט בלע"ז זאל נישט אנקומען אדער קענסטו נעמען א לויער אדער קענסט אליין האנדלען מיט פאלציי מאן
ווענד זיך וועלכע געגענט
ווי ביסטו?
למשל אין מאנהעטען הער איך קענסט גיין בארן קלאפן
נשלח ב-1/5/2007 06:04
גיב עס אריין אין סעלפאן סטאר נעבען שומר שבת, און צאל איין. עס איז דא איינער וואס נעמט גוט קער פין טיקעקטס דארט.
_________________
נשלח ב-1/5/2007 17:41
ישר כח פאר די לעצטע צוויי וואס האבן געהאלפן און אויך איינער ואס האט מיר געשריבן אין תיבה אישית. סנישט געווען אין מאנהעטען, די אנדערע באראס איז בעסער? א צווייטער ניק "פטעטעלע" שרייבט מיר א גוטס: איך האב א אנדערע שאלה. איך פיר מיך דורך צי פארן ווי מער רויט לייטס. איז די שאלה א טיקעט איז געווענליך 250$ קומט דאך אויס אז יעדע מאל פארדין איך נו ? ! דארף מען געבן מעשר...
נשלח ב-1/5/2007 18:24
Shame on you
נשלח ב-3/5/2007 05:12
קאמענטעטער, נישט איך פיר זיך. איינער האט מיר עס געשיקט. סנאר א וויץ. רעג זיך נישט. איינער געט מיר א עצה איך זאל פליען נאט גילטי, און פאר איך גיי צו א לויער זאל איך טרייען מיין מזל און אפשר וועט דער פאליס נישט אנקומען אין קאורט דעמאלטס איז די קעיס דיסמיסט און אויב טרעף איך יא דעם פאליס דארט קען איך זאגן אז איך בין נאכנישט גרייט און דארף נאך א קאורט דעיט. ווער קען זיך אויס מיטן קאורט? איך בין נאך קיינמאל נישט געוועןדארט. למשל , וואס הייסט מאכן א סעטלמענט מיטן פאליס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.