משה בן פראדל: אונז גיי מיר צוריק אין קאורט!
דאנערשטאג פר' אמור האבן די ספרדישע און ליטווישע כולל יונגעלייט פונעם זאלי כולל אין ירושלים געהאט די זכי' אז משה בן פראדל איז געקומען געבן א דרשה פאר זיי.
ביי די דרשה האט משה כדרכו, ווי אלעמאל ווען מען גיט אים איבער א מייק, זיך פארלוירן און גענומען שיסן פעך און שוועבל אויפ'ן רבין שליט"א און סאטמארע חסידים, אבער נישט דאס וויל איך יעצט ארויסברענגען, ווייל קיינעם גייט נישט אן וואס דער אויסגעשפילטער שיכור טראכט אדער זאגט.
אבער וואס ס'דארף יא ארויסרופן א ציטער איז זיינע פרעכע דערקלערונגען אז די זאליס גייען זיך נישט לאזן פונעם דרוק און זיי גייען צוריקגיין אין קאורט אריין, צו פרובירן נאכאמאל צו צונעמען די בנינים פון סאטמאר.
זיי גייען זיך נישט לאזן פונעם דרוק? איר הערט ווערטער? זיי גייען זיך אנפייפן אויף הרב וואזנער, הרב קארעליץ און די עדה, און צוריקגיין אין ציוניסטישן קאורט.
הכונו למערכה חדשה!
_________________
כאפטס אריין א וואדקע
|
|