געוואלד, וואס זוכן מיר אין איראק?!
איך האב יעצט געענדיגט צו קוקן די ווידיא קליפס אויף דראדזש רעפארט וויאזוי די קורדן פארשטיינערן און צושלאגן א מיידל צום טויט, און מיין בלוט זידט און קאכט און מיר. איך קען ממש נישט גלייבן וויאזוי מענטשן זענען פעאיג צו טאן אזא גרויליגע פארברעכן.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אמעריקע איז אריין קיין איראק? וועמען האבן מיר דארט געזוכט צו באפרייען? די חברה ווילן נישט קיין פרייהייט. זיי זענען חיות וואס עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. נאר סאדאם כוסעין האט זיי געקענט האלטן אין א שטייג אז זיי זאלן פון דארט נישט ארויסגיין, און מיר האבן אים איבערגעגעבן פאר די שיאיטן אז זיי זאלן אים הענגען.
צוליב די פארשאלטענע אראבער און קורדן, וועלכע הרג'ענען זיך אליינס אויס איינער דעם אנדערן, ווערן גע'הרג'עט הונדערטער אמעריקאנער סאלדאטן. איז דאס נארמאל?
ברענגטס אהיים די טרופן!
ווען פּאַפּאַ בוש וואלט געהאט שכל וואלט אמעריקע קיינמאל נישט פארוואנדלט סאדאם כוסעין (וואס איז אמאל געווען א שטארקער אמעריקאנער פריינד) פאר א שונא, נאר מען וואלט אים געלאזט אנגיין מיט א פרייע האנט, און גענוצט זיין שטייפע האנט ארויסצוגיין אין מלחמה קעגן איראן, וואס טיילט שוין אויס צרות פאר אמעריקע צענדליגער יארן און קיינער טוט זיי גארנישט, ווייל מען איז ביזי מיט אזעלכע אומוויכטיגע לענדער ווי איראק.
_________________
 |
|
|