| נשלח ב-7/5/2007 23:38 |
|
| |
כשרות - וועלכע בעקערייען זיפען מעהל???
עס איז באקאנט, אז ווייס בעקעריי איז מער כשר, ווייל זיי זיפען מעהל מיט אן הויכער מעש, וועלכע אנדערע בעקערייען און פיצא פלעצער, זיפען מעהל בכלל???
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 01:45 |
|
| |
און ווער זאגט אז מ'דארף טאקע זופן?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 06:02 |
|
| |
עס איז טאקע דא וואס זאגן אז מען דארף נישט, אבער לאידך גיסא האלטן פילע אז מען איז יא מחויב. ויש מקום גדול לבעל נפש להחמיר.
פאדריגאל'ס בעקעריי אין בארא פארק (די באקאנטע געשמאקע פאדריגאלס קאקאש קעיק) זיפן די מעיל [און באקוקען די אייער, ווען גייט דאס ווערן די סובזשעקט???]
דאכט זיך אז אויך אסטרייכער'ס קוקיס שרייבן "מיר זיפן די מעיל, און באקוקען די אייער".
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 06:38 |
|
| |
ווער זאגט אז מען דארף נישט זיפען????
איך מיין אז עס איז נאר דא א היתר אויף בדיעבד, ווען מען האט געבאקען א ברויט פין נישט געזופטע מעהל.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 16:11 |
|
| |
שלוםשטוב
אין מאנסי זיפען אלע בעקעריס.
אבער למעשה איז דאס א פראבלעם. ווייל מעיקר הדין דארף מען נישט זיפן קיין מעהל אין אמעריקע. עס זענען נישט שכיח קיין תולעים. מאידך גיסא די זיפ מאשינען ווערען אנגעלייגט מיט מעהל און טאקע דארט מאכען זיך ווערים.
סאיז א חומרא דאתי לידי קולא
לאמיר הערן פון די חשובע חברי הפארום, ווער האט שוין געטראפן א ווארים אין מעהל?
איך מיין אז אז כדאי צו רעדן מיט די אידענעס קודם.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 18:12 |
|
| |
באטשי, די שיטה אז מ'דארף נישט זיפן וועגן חומרא דאתי לידי קולא, איז די שיטה יחידאה פון התאחדות הרבנים, און געוויסע אנדערע מכשירים וועלן זיך נאר פארלאזן אויף דעם בדיעבד אדער בדוחק, למשל ביי גרויסע פרעצל און קרעקער קאמפאניס, ווי ס'איז שווער איינצופירן א געהעריגע סיסטעם צו זיפן.
עס איז דא שטארקע בעלי מכשירים וואס זענען פשרה'לאזיג, און וועלן זיך אפילו בדיעבד און בשעת הדחק אויך נישט פארלאזן אויף דעם.
למעשה מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דא גוטע זיפ מאשינען געאייגנט פאר גרויסע קאמערציעלע באנוץ, און ס'איז א חידוש אז היינט צו טאג, ווען די ערנסטע בעלי מכשירים שרייען אז ס'מאכט זיך כסדר תולעים אין די מעל, אז געוויסע מכשירים נעמען דאס נאך פאר לייכט, און דרייען ארום מיט פשט'לעך, און צוליב די לעצטיגע געפינסן, אז ס'איז יעדע שטיק צייט יא דא היפש ווערים אין די מעל (ווי ס'איז געווען פאראיאר זומער ממש געפערליך ווערעמדיג פאר גאר א לאנגע סעזאן), דעריבער פארלאנגען זיי אויסדרוקליך צו זיפן די מעל אפילו אין גרויסע בעקערייען און רעסטאראנטן.
וועלכע בעקערייען זיפן די מעל?
איך וועל דא ברענגען א טיילווייזע רשימה פון וואס איך ווייס און וואס איך האב געהערט פון אנדערע יודעי דבר, אבער דאס איז אלעס נאר אויף די סמכות פון די בעקערייען און זייערע מכשירים'ס דעקלעראציע, איך בין עס - פארשטייט זיך - נישט געגאנגען אליין נאכקוקן, יעדער זאל זיך מאכן זיין בירור אליין:
מאנסי
פראנק בעקעריי, בהשגחת ביד"ץ סקווירא גלויבער בעקעריי, בהשגחת הר"ב גרובער זושא'ס בעקעריי, בהשגחת הר"י גאלד ראקלענד כשר, בהשגחת הר"מ פאלאטשעק
געפאקטע פארטיגע מזונות
פאדריגאל'ס שמילאוויטש אסטרייכער קוקיס זינגער קוקיס שרעם'ס קוקיס מענקא אייער קיכל
ברויט
קארן בייגעל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 18:22 |
|
| |
בארא פארק
ווייס בעקעריי (13 עוועניו), בהשגחת ביד"צ עדת יראים והתאחה"ר
ווער עס קען דא מפרסם זיין די בעקערייען וואס זיפן אין אלע אנדערע געגענטן זאלן מזכה זיין דעם עולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 18:43 |
|
| |
לויט ר' משה ויא העלפט נישט קיין זיפן. מ'מוז זיך פארלאזן אז ס'ווערט פארברענט ביים באקן (כך שמעתי)
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 19:33 |
|
| |
און ווער קוקט נישט די אייער?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 19:45 |
|
| |
ר' משה ווער??
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 19:51 |
|
| |
ר' משה ויוא שליט"א איז אמומחה אין תולעים און האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ספרים וועגן דעם מיט בילדער פון פארשידענע עסן און זייערע תולעים.
איך האב אמאל געהערט פון איינעם, איך בין נישט זיכער אויב פון ר' יושע כץ שליטא אדער ר' ווייסמאנדעל (איך מיין אז ווייסמאנדל פון מאנסי) אז אין אמעריקע איז נישט מצוי קיין ווערים.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 20:55 |
|
| |
שלום שטוב
פארוואס ארבעט נישט דיין לינק?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 20:58 |
|
| |
סארבעט שוין
קודם א גרויסן ישר כח
ווען איז געווען די דרשה?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 21:50 |
|
| |
ר' יאגעל,
ר' יהושע כ"ץ זאגט אין די דרשה אז יא.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-8/5/2007 22:06 |
|
| |
יאגעלע
באשטעטיג דאס וואס די זאגסט בשם ווייסמאנדעל, ווייל אויב אזוי, באדארף מען מחמיר זיין און נישט עסען אלע מאכלים וואס ער גיט א הכשר וואס פארמאגען מעהל.
_________________
|
|
|
|
|