אזעלכע שטותים צו רעדן, וואס "רוב אידן"? רוב אידן האלטן ערליך די געזעץ, טויזנטער אידן "מידל אינקאם" צאלן ערליך יעדע פרוטה טעקס, און נעמען נישט קיין שטאטישע פראגראמען, ווי שווער ס'קומט נישט אן, מ'בארגט צוזאמען רעכטס און לינקס, אבי נישט נעמען קיין נישט ערליכע פרוטה,
ווייל זיי טארן נישט, און די תורה לאזט נישט שווינדלען, און אידן זענען נישט קיין שווינדלערס.
ס'מאכט זיך אמאל איינער פאלט דורך, צו ער פארגעסט אריינצוגעבן א אינקאם, אבער דאס איז א אויסנאם ביי אידן, אדרבה, ביי נישט אידן האלט מען אין איין כאפן פוד סטעמפ און וועלפעיר שווינדלערס.
אידן זענען נישט קיין גנבים, און אידן דארפן נישט גיין זיצן, איינער וואס איז ביזי איבערצוזאגן איינמאל און נאכאמאל אזעלכע געמיינע ווערטער, איז דאס א סימן אז ביי אים איז עפעס נישט אין ארדענונג און ער איז טיף אין שווינדעל, ווי חז"ל האבן אונז אויסגעלערנט אז "כל הפוסל במומו פוסל."
|
|