דאס איז א רעזולטאט פון די צולאזטע סיסטעם פון די ארגאניזאציעס, וואס מיינען אז זיי מוזן און קענען געבן השגחות מיט א לויזקייט אויף גאנצע אדער האלבע גוי'שע קאמפאניס, אזוי ארום פארטוישט זיך כשר מיט טריפה זייער גרינג.
אוודאי, נאכדעם וואס הונדערטער אדער טויזנטער קענס זענען שוין פארקויפט, און ווען א אויפגערעגטער קאסטומער געפינט זייער טעלעפאן נומער, נעמט זיך די צייט, און קלינגט אן די ארגאניזאציע, דעמאלס קומען זיי ארויס מיט א כשרות אלערט, און ווער ס'זעט עס זעט עס, ובזה יצאו ידי חובתם...
|
|