בית פורומים כל העולם כולו

פלאנטער פאר רז"ל, ספר תורה טעות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/5/2007 22:50 לינק ישיר 
פלאנטער פאר רז"ל, ספר תורה טעות

די פאלגענדע עפיזאד האב איך געהערט פון א פעטער, פונעם רך הנימול, ביים ברית אין ראדני, שב"ק בה"ב

דער בעל מדות האט געהאט גרויסע בזיונות דעם שב"ק ביים לייענען, ווען אינמיטן לייענען די תורה פרשת בהר, האט מען באמערקט עפעס א טעות ביים פסוק: וְכִי-תִמְכְּרוּ מִמְכָּר לַעֲמִיתֶךָ, אוֹ קָנֹה מִיַּד עֲמִיתֶךָ, אַל-תּוֹנוּ אִישׁ אֶת-אָחִיו.

דער גרויסער אדמו"ר שטייט אויבן אויפן באלעמער, און קוקט אראפ אויף דער ערד און ווייסט נישט וואס מען טוט דא ווייטער... דער עולם בליקט אויף אלע זייטן און דער שטריק הגדול והנורא ווייסט נישט צי מ'זאל איבערלייענען, צי מ'זאל ברענגן אנדערן ספר תורה

דער בעל קורא י. הענדלער האט  געזען אז דער ראבינער איז שטיל, האט ער באשלאסן אז ער וועט הייסן ברענגען אן אנדערן ספר און ער האט גע'פסק'ט לחומרא, וואס קאסט דען.

פארציילט מיר דער קרוב, אז קיין צי גרויסע בושות איז נישט געווען, ווייל בסך הכל איז געווען אפשר 100 שטריימליך אין שול, אבער ס'איז געווען א "בילד" צי זען דעם גרויסן אדמו"ר ווי ער ווערט אזא קדוש... און לאזט אראפ די אויגן צי דער ערד... פאר גאנצע 10 מינוט, ווילאנג דער ספעקטאקל האט אנגעהאלטן.

צום סוף האט מען געליינט צוויי מאל דעם פסוק וְכִי-תִמְכְּרוּ מִמְכָּר לַעֲמִיתֶךָ, אוֹ קָנֹה מִיַּד עֲמִיתֶךָ, אַל-תּוֹנוּ אִישׁ אֶת-אָחִיו, וואס ווי רש"י זאגט מיינט עס אז מ'זאל נישט בארויבן דעם אנדערן מיט געלט...




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/5/2007 02:15 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

ללא נושא

שרייב אריין ביים אשכול וועגן ספר תורה: נעבעך אויף א חארוני... דער טעות האט פאסירט ביים פסוק "במספר שנים אחר היובל במספר שני-תבואות" אנטשאט "שני תבואות" איז געשטאנען "שנים-תבואות". דער ספר תורה געהערט פאר משפחת פריעדמאן בני הרה"ח ר' משה (קאמפיוטער) ז"ל. דער בעל קורא הרה"ח ר' יושע הענדלער הי"ו האט עס אין אכט גענומען און געוויזן פאר'ן רבי'ן שליט"א וועלכער האט באאויפטראגט הרה"ח ר' אביש וויינבערגער הי"ו מגבאי ביהמ"ד (וועלכער שטייט נעבן רבי'ן שליט"א ביים ספר תורה) צו ברענגען א צווייטע ספר. דאס ביהמ"ד איז געווען פול, ווען נישט יעדער טראגט טאקע א שטריימל אויפ'ן קאפ, נאר טראגן אויך ביים לייענען דעם טלית אויפ'ן קאפ...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פלאנטער פאר רז"ל, ספר תורה טעות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext